הרב יחזקאל גאלד איז רב פון בית המדרש שערי חסד אין מאנסי, ניו יארק.

ער איז א זון פון ר' שמואל זיינוויל גאלד ז"ל און אן איידעם פון ר' משה טארים פון קרית יואל.

ער איז אמאל געווען דער דיין אין דער סאטמארער קהילה אין מאנסי, אבער מען אים אויפגעזאגט פון זיין דיין, צוליב ווייל ער האט נישט געוואלט ארויסזאגן א היתר אויפן ביי קרית יואל סקול דיסטריקט פרשה. פארקערט ער האלט אז עס איז א איסור אז אידן זאלן אויפשטעלן א פאבליק סקול אין אמעריקא.

ער איז א סאטמארער חסידישער איד, פון די ערשטע זעקס קינדער וואס האבן געלערנט אין סאטמארער ת"ת אין דעם איסט-סייד, וואס ווי באקאנט האט סאטמאר זיך אנגעהויבן מיט א ת"ת פון 6 קינדער אין דער איסט-סייד וואס דארטן האבן דאן געוואוינט דער עיקר אידישער (אימיגראנטן פון וואס סאטמאר איז עפ"י רוב באשטאנען) ציבור, און דערנאך האט סאטמאר אויך געעפנט א ת"ת אויכעט פון 6 קינדער אין ברוקלין.

אין דער שטאט מאנסי איז ער פון די אקטיווסטע עסקנים אויף יעדן געביט, צ.ב.ש. ער איז דער שטערקסטער דיין אינעם בית הוראה פון כולל זכרון מנחם בהנהלת הר"ר חיים פלאהר וואס דאס איז דאס מערסטע פאפולערסטע תורה צענטער אין מאנסי, ווי אויך איז ער געווען פון די אקטיווסטע מיטארבעטער אויפצובויען און אהערצושטעלן דעם מיסקי דירות פראיעקט וואס איז היינט א מוסטער פון ארויסהעלפן אידן מיט דירות שלא על מנת לקבל פרס, ווען קיינער פארדינט נישט דערפון חוץ די הונדערטער איינוואוינער. אזוי אויך איז ער פון די גרעסטע פירער פון דעם מאנסי'ער תומכי שבת וואס ווערט אנגעפירט דורך הרב הערשל מאשינסקיא, און נאך און נאך פולע אלגעמיינע פראיעקטן וואס האבן קיין שום שייכות מיט איהם אדער זיין קהלה.

ווען הרב שמעון אברהם אינדיג, דער ריבאטיטשער רב, האט געגרינדעט דעם מוסד ״תורת אמך״ אין מאנסי פאר מיידלעך האט ער אויפגענומען הרב גאלד צו זיין דער רוחנית'דיגער רב אויף אלע שאלות בנוגע חינוך הבנות, ווי אויך האט הרב גאלד שטארק צו געהאלפן פאר דער הנהלה פון ״תורת אמך״ צו קויפן א געביידע אין מאנסי. שפעטער האט אויסגעפלאצט א מחלוקה ווער איז בעל הבית פונעם בנין און דאס האט גורם געווען אז הרב גאלד זאל עפענען א נייעם מוסד ״תורת אמת—בנות אלטא פיגא״.