משה מענדלסאן

באקאנטער דייטשער משכיל
(אַריבערגעפֿירט פון מענדלסאן)

משה מענדלסאָן אויך באקאנט אלס משה דעסויער, אדער מענדלזאן, אדער רמ"ד, (י"ב אלול ה'תפ"ט - ה' שבט ה'תקמ"ו) איז געווען א דייטשער יודישער פילאסאף און ווערט פאררעכנט ווי איינער פון די טאטעס און מערסט באקאנטע פערזענלעכקייטן פון דער משכילישע באוועגונג.

משה מענדלסאן
Moses Mendelssohn
געבורט 6 סעפטעמבער 1729 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 4 יאנואר 1786 (אלט 56)
בערלין, פרייסישע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן אין יאר ה'תפ"ט צו זיינע עלטערן מנחם מענדל סופר און ביילא רחל שרה אין דער שטאט דעסוי, דעמאלטס אונטער דער הייליגער רוימישער אימפעריע, נאך וועלכער ער ווערט אויך גערופן. פון זיין מאמענ'ס זייט איז ער אַן אייניקל פון רמ"א. זיין פאטער איז געווען א סופר.

אלס קינד האט ער שוין גע'שמ'ט אלס עילוי און געלערנט מיט רבי דוד פרענקל בעל ״קרבן העדה״ אויף ירושלמי. ווען זיין רבי איז אריבער קיין בערלין ווערן דארט רב איז ער מיטגעפארן.

דער ביאור

רעדאַקטירן

שטארק באקאנט איז זיין חומש אין וועלכן ער האט איבערגעזעצט די פסוקים צו דער דייטשער שפראך.

אראטאדאקסישער בליק אויף אים

רעדאַקטירן

כאטש ער איז געווען א שומר תורה ומצוות איז ער פאר די ארטאדאקסישע יידן געווארן א סימבאל פון אפיקורסות פאר דער אסימילאציע פון כלל ישראל. דער חת"ם סופר שרייבט אין זיין באקאנטער צוואה: בספרי רמ"ד, אל תשלחו יד.

ר' עקיבא יוסף שלעזינגער שרייבט אין זיין ספר א פירוש אויף דער צוואה פונעם חת"ם סופר אז וויבאלד ער האט אריינגעברענגט אסימילאציע ביי יידן, דעריבער האבן זיך רוב פון זיינע קינדער געשמדט און זענען געווארן פאלנע גוים.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: משה מענדלסאן