מיכאל בער ווייסמאנדל
רבי מיכאל בער ווייסמאנדל (ד' חשוון תרס"ד 1903 - ו' כסלו תשי"ח 1957) איז באקאנט מיט זיינע הצלה אקטיוויטעטן צו ראטעווען אידן פון דעם חורבן אייראפע. אזוי אויך איז ער באקאנט מיט זיינע חיבורים מן המיצר איבער די שואה וואס דארט ווייזט ער אויף וויאזוי די ציונים האבן געשטערט זיינע הצלה אקטיוועטען, דערנאך איז ער בארימט מיט זיין ספר תורת חמ"ד על התורה, ווי צווישען זיינע חידושים איז ער דער ערפינדער פון א געוויסע וועג צו ציילן אותיות התורה און דורך דעם טרעפן סימנים און רמזים אין די תורה
געבורט |
25 אקטאבער 1903 דעברעצין, אונגארן | |
---|---|---|
טויט |
29 נאוועמבער 1957 (אלט 54) מאונט קיסקא, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
מדינה | אונגארן | |
פאך | רב | |
אַמט | ראש ישיבה | |
יוגנט יארן
רעדאַקטירןמיכאל בער איז געבוירן אין דעברעצין, אונגארן, ד' חשוון תרס"ד צו יוסף ווייסמאנדל, א שוחט. א פאר יאר שפעטער האט זיין משפחה געצויגן קיין טירנוי (היינט סלאוואקיי). אין תרצ"א איז ער געגאנגען לערנען אין נייטרא אין דער ישיבה פון הרב שמואל דוד אונגאר.
חתונה
רעדאַקטירןזייענדיג א טירנויער, וואס ווי באקאנט איז דער נייטרא'ער רב אויך געקומען פון דער שטאט, איז בייגעפאלן פאר איינעם אנצוטראגן דעם שידוך צווישן מיכאל בער מיט ברכה רחל אונגאר. זיי האבן חתונה געהאט אין תרצ"ז.
נאך זיין חתונה איז ער געפארן פארברענגען אין דער באדליען ביבליאטעק אין אקספארד, ענגלאנד, וואו ער האט מעתיק געווען תורת הראשונים, וואס ליידער א גרויסער טייל פון זיי איז נעבעך נישט איבערגעליבן נאכן גרויסן חורבן.
ער האט געהאט א שטוב מיט פינף קינדער, וועלכע זענען ליידער צוזאמען מיט זייער מאמע אומגעקומען אין אוישוויץ, און ער איז אויפן וועג ארויסגעשפרונגען פון דער באן, באשליסנדיג דעם גורל'דיגן באשלוס אז עס איז וויכטיגער עוסק צו זיין אין הצלת נפשות ווי צו זיין מיט זיינע באליבטע אין די לעצטע מינוטן.
דורכאויס די קריג
רעדאַקטירןנאכן קריג
רעדאַקטירןנאכן קריג איז ער נעבעך געוועזן זייער צובראכן, און ער האט נישט צופיל געהאט געטראכט פון נאכאמאל חתונה האבן און אויפשטעלן א פרישע שטוב, אבער איינמאל פארוויילנדיג אין וויליאמסבורג אין שטוב פון דעם עסקן וואס האט זיך איבערגעגעבן פאר אים בלב ונפש, ר' מנחם משה פעלזנבורג, איז געוועזן דארטן זיין געוועזענער שוואגערס, הגה"צ אבד"ק נייטרא ז"ל'ס, שוועגערן, מרת לאה טייטלבוים, טאכטער פון ר' יעקב מרדכי, און צוזעענדיג זיין צובראכענעם געמיט האט זי זיך אויסגעדרוקט פאר ר' מנחם משה אז זי איז גרייט חתונה צו האבן מיט אים כדי אים צו דערפרייען אביסל און אים ארויסהעלפן און אים צו באדינען. ר' מיכאל בער האט קודם נישט געוואלט גלייבן אבער צום סוף האט ר' מנחם מרדכי אויסגעפירט דעם שידוך, און זיי האבן אויפגעשטעלט א הערליך דור פון זעקס קינדער:
- הרב יוסף עמרם ז"ל
- הרב מנחם מאיר רב דקהל תורת חמ"ד נייטרא
- הרב שמואל דוד ז"ל, אומגעקומען אין האריקען 'איידע' אלול תשפ"א
- הרב אלי' יצחק
- הרב יעקב ישראל
- דאס ווייב פון ר' משה מנחם פישער
נייטרא ישיבה
רעדאַקטירןער האט געגרינדעט די נייטרא ישיבה און נייטרא יישוב אין מאונט קיסקא, ניו יארק.
זיין פטירה
רעדאַקטירןער איז געשטארבן יונג פון א הארץ אטאקע.