מוסטער-ווערק פון דער יידישער ליטעראטור
מוסטער-ווערק פון דער יידישער ליטעראטור איז א ציקל פון ביכער ארויסגעגעבן פון יוסף ליפשיץ פאנד פון דער ליטעראטור-געזעלשאפט ביי קולטור קאנגערס אין ארגענטינע.
דער סעט אנטהאלט הונדערט ביכער און אלע זענען געדרוקט אין ארגענטינע אונטער דער רעדאקציע פון: שמואל ראזשאנסקי, און קארעקטור: די ערשטע העלפט ביי שעפסל נייהויז און צווייטע העלפט פון באנד אכצן און ווייטער ביי יעקב יהושע לערמאן, זיי פארמאגן א רייכן געקליבענעם אוצר פון דער אמאליגער ליטעראטור אין די יודישע שפראך.
די ביכער זענען ווי פאלגענד:
- שלמה עטינגער - אויסגעקליבענע שריפטן (246 זייטן)
- מארק ווארשאווסקי - יידישע פאלקס-לידער מיט נאטן (216 זייטן)
- ה. ד. נאמבערג - אויסגעקליבענע שריפטן (256 זייטן)
- מענדעלע מוכר ספרים - מסעות בנימין השלישי (256 זייטן)
- לייב ניידוס - אויסגעקליבענע שריפטן (208 זייטן)
- יעקב דינעזאן - יאסעלע און דער קריזיס (256 זייטן)
- משה בראדערזאן - אויסגעקליבענע שריפטן (272 זייטן)
- אליה בחור - בבא-בוך (256 זייטן)
- דוד פינסקי - אויסגעקליבענע שריפטן (352 זייטן)
- שמעון שמואל פרוג - אויסגעקליבענע שריפטן, ליעדער מיט 11 ניגונים צו 10 ליעדער, ה'תש"כ, (216 זייטן). קארעקטור: קהת קלוגער, טיראַזש: 1000 עקזעמפלארן.
- י. ל. פרץ - אין 19טן יאר-הונדערט (272 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ב
- י. ל. פרץ - אין 20טן יאר הונדערט (272 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ב
- מאריס ראזענפעלד - אויסגעקליבענע שריפטן (240 זייטן)
- דוד האפשטיין, איזי כאריק, איציק פעפער - אויסגעקליבענע שריפטן (272 זייטן)
- מרדכי ספעקטאר ־ דער יידישער מוזשיק, ראמאן (272 זייטן)
- ה. לייוויק - אויסגעקליבענע שריפטן (352 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ג
- שלום עליכם - מנחם-מענדל (272 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ג
- אברהם גאלדפאדען - אויסגעקליבענע שריפטן (304 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ד
- י. י. שווארץ - קענטאקי, א. ראבאי - הער גאלדענבערג (פיאנערן אין אמעריקע) (312 זייטן)
- חיים נחמן ביאליק - אויסגעקליבענע שריפטן (384 זייטן)
- ש. אנ-סקי אויסגעליבענע שריפטן - (296 זייטן)
- מענדעלע מוכר ספרים - פֿישקע דער קרומער (256 זייטן)
- יוסף אפאטאשו - אין פוילישע וועלדער (416 זייטן)
- זלמן רייזען - אויסגעקליבענע שריפטן (304 זייטן)
- יהואש - אויסגעקליבענע שריפטן (320 זייטן)
- גליקל האמיל - זכרונות (352 זייטן)
- שלום עליכם - טביה דער מילכיקער (288 זייטן)
- אברהם רייזען - אויסגעקליבענע שריפטן (320 זייטן)
- די פרוי אין דער יידישער פאעזיע (אנטאלאגיע) (416 זייטן) געדרוקט אין יאר תשכ"ז
- ר' נחמן בראצלעווער - סיפורי-מעשיות
- מרדכי אלפערסאן - אין ארגענטינע
- פרץ הירשביין - אויסגעקליבענע שריפטן
- אנטאלאגיע - יידיש אין ליד
- מנחם באריישא - זאוול רימער
- ווען א פאלק דערוואכט : מדינת ישראל 1948–1968 : לידער, דערציילונגען און דראמע פון 84 שרייבערס (461 זייטן)
- נוסח השכלה : אנטאלאגיע (269 זייטן)
- זוסמאן סעגאלאוויטש - לידער, דערציילונגען, זכרונות (348 זייטן)
- מעשה בוך (364 זייטן)