מבח"ר

חרדישע הויכשולע אין בני ברק
מבח"ר
מבח"ר
מבח"ר געביידע אין בני ברק
גרינדונג דאטע: תש"ס, 2000
טיפ: אַקאַדעמישע הויכשולע
לאקאציע: בן נון גאס, בני ברק
היימבלאט: mivchar.org.il

די פרומע בני-ברק'ער הויכשולע - מבח"ר (ר"ת פון מכללת בני ברק החרדית) (ארויסגעזאגט מיווכאַר) איז א הויכשולע פאר דעם פרומען עולם ווי טייל פון דער רעוואלוציע פון באַשעפטיגונג און בילדונג ביי די חרדים אין די לעצטע פאר יאר. די הויכשולע איז אויפגעשטעלט געוואָרן אין דעם יאָר תש"ס - 2000, דורך דאָקטאָר אברהם פוס. הײנט צו טאָג, דער אלגעמיינער דירעקטאר איז ר' מאיר יאַקאָבאָוויטש, פרייערדיג דירעקטאָר פון מוסדות חורב אינסטיטוציעס אין ירושלים. אין דער מבח"ר זענען פאַראַן פאַרשידענע לערנען-קורסן פון עטלעכע אוניווערסיטעטן, ווי צום ביישפיל די חיפה אוניווערסיעט, די בר-אילן און די תל-אביב'ער אוניווערסיטעטן.

צו טיינען די כאראקטער וואָס פּאַסט פאר דעם פרומען עולם עקזיסטירט אין דער הױכשולע גאַנץ צעשיידונג: דאַמען לערנען אין דער מאָרגן-צײט און אין דער מיטאג-צײַט, און אין דער אוונט-צייט לערנען מענער.

כאראקטער

רעדאַקטירן

די מבח"ר האט א ליטווישע-חסידישע כאראקטער, אנדערש פון "המכללה החרדית ירושלים" (די חרדי'שע הויכשולע - ירושלים), וואס ווערט געפירט דורך עדינה בר שלום, הרב עובדיה יוסף'ס טאכטער, וואס ווערט אידענטפיצירט מער מיט דער ש"ס באוועגונג.

לערנען-קורסן

רעדאַקטירן

די מבח"ר פירט א פאַר-אוניווערסיטעט פארבערייטונג (מכינה) וואס דארט ווערט געלערנט העברעאיש, ענגליש, מאטעמאטיק מיט וויסנשאפט, און פון דארט גייט מען צו צום פסיכאמעטרישן פארער.


מענער

פרויען

אין די מבח"ר עקזעסטירט נישט קיין אייגענע סטיפענדיעס-סיסטעם, נאר די סטיפענדיעס (מלגות) ווערן באקומען לאט די אוניווערסיטעט וואס צו איר איז פארבונדן די לערנען-פלאן פונעם סטודענט. ווייל א נידריגע סאציא-עקנאמיע צושטאנד איז גאנץ פארשפרייט ביים פרומען עולם, באקומען רוב פון די סטודענטן סטיפענדיעס.

וועבלינקען

רעדאַקטירן

די הויכשולע'ס וועבזייטל (ארכיווירט 01.08.2014 ביי דער Wayback Machine)