אַ מאנדל (וויסנשאפטלעכער נאמען: Prunus dulcis) איז א זגאל פון בוים וואס געהערט צו דער רויזן פאמיליע. ער געהערט צום מין פרונוס און אונטער־מין "Amygdalus" צוזאמען מיט דער פערשקע. אויך דער פרוכט פונעם בוים הייסט מאנדל; ער איז א שטיינפרוכט כאטש מען איז נישט געוואוינט צו זען דעם דרויסנדיגן ווייכן טייל דערפון.

מאַנדלבוים
אַ מאַנדלבוים מיט זיינע פרוכט
אַ מאַנדלבוים מיט זיינע פרוכט
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
אָפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Magnoliopsida
סדר: Rosales
פֿאַמיליע: Rosaceae
מין: Prunus
אונטער-מין: Amygdalus
זגאַל: P. dulcis
בינאמינאלישער נאמען
Prunus dulcis
(Mill.) D.A.Webb
אפגעשיילטע און אומפגעשיילטע מאנדלען

דער מאנדל שטאמט פון מערב אזיע, און ווערט קולטיווירט שוין טויזנטער יאר. אין ארץ ישראל איז דער מאנדלבוים זער פארשפרייט, מערסטנט אין די וועלדער אינעם גליל, כרמל, שומרון און יהודה. דער מאנדלבוים איז א קליינער בוים וואס וואקסט נישט העכער ווי פיר מעטער. זיינע ווארצלען גייען אבער זייער טיף, וועגן דעם קען ער וואקסן גוט אפילו וואו ס'איז דא ווייניג רעגן.

די בלעטער פונעם מאנדלבוים פאלן אראפ אין הארבסט, און דער בוים הייבט אן צו בליען פרי אין פרילינג, בערך ביי חמשה עשר בשבט, איידער די בלעטער הייבן זיך אן צו עפענען.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מאנדלען