מאנארך פלאטערל

זגאל פון אינסעקט

דאס מאנאַרך פֿלאַטערל איז דאס מערסטע בארימטע פלאטערל אין דער מערב וועלט טייל וואו זי מאכט יערליך א מיגראציע פון איבער פינף טויזנט קילאמעטער (בערך דריי טויזנט מייל) סוף זומער און הערבסט פון צפון נארד אמעריקע ביז א קליין געגנטל אין צענטראל מעקסיקע און צוריק פון ענדע ווינטער ביז מיטן פרילינג.

מאנאַרך פֿלַאטערל
א מאנארך פלאטערל (נקיבה) אויף רויטע קלעוו
א מאנארך פלאטערל (נקיבה) אויף רויטע קלעוו
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: ארטראפאדן
קלאַס: אינסעקטן
סדר: לעפידאפטערע
פֿאַמיליע: Nymphalidae
Tribe: Danaini
מין: Danaus
Kluk, 1780
זגאַל: D. plexippus
בינאמינאלישער נאמען
Danaus plexippus
(לינע, 1758)

נאכן איבער ווינטערן אין די צענדליגע מיליאנען אין מעקסיקע לאזן זיך די ערוואקסענע פלאטערלעך ארויס צו צפון וואו נאכן פליען עטליכע הונדערט מייל לייגן זיי אייער אויף געוואוקסן פון דער מילכווילף (milkweed) פאמיליע, נאכן אויסבריען זיך עטליכע טעג ווערט געבוירן די פיצעלע שלייערל (ווערימל) וואס איז לאנג ווייניגער ווי צוויי מילימעטער, נאכן עסן די מילכווילף בלעטלעך פאר אומגעפער צוויי וואכן טוישנדיג זיין הויט פיר מאל נאכאנאנד זייענדיג זעקס ביז זיבן צענטימעטער לאנג און וועגנדיג עטליכע טויזנט מאל די וואג ביים געבורט שפינט ער אן אנקערל אויף דער אונטערשטער זייט פון א בלעטל אדער צווייג און נאכן באהעפטן זיין עק צום אנקערל שיילט ער אפ זיין הויט צום לעצטן מאל און ווערט פארוואנדלט אין א גולם (cocoon),

נאך פונקטליך צען טעג אלס א גולם קומט ארויס דאס ערוואקסענע מאנארך פלאטערל, און חוזר חלילה, זי פליט צפון און לייגט ביז הונדערט אייער און שטארבט ביז א חודש.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מאנארך פלאטערל