קאַרל פֿאָן לינע (Carl von Linné, Carolus Linnaeus; ‏ 23סטן מיי[1] 170710טן יאנואר 1778) אַ שװעדישער באטאניקער און זאאָלאָג, איז געװען דער פֿאָטער פֿון דער מאָדערנער טאַקסאָנאָמיִע (די װיסנשאַפֿט װאָס טײַלט אײַן די אָרגאַניזמען אין קלאַסן).

קארל פאן לינע
Carl von Linné
געבורט 23 מאי 1707
שוועדן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 10 יאנואר 1778 (אלט 70)
שוועדן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה שוועדן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
קארל פאן לינע

לינע האָט דערפֿונען די בינאָמינאַלישע נאָמענקלאַטור, װאָס געבט יעדן זגאַל נאָר אִײן װיסנשאַפֿטלעכן נאָמען װאָס באַשטײט פֿון צװײ ווערטער: גענערישער נאָמען און ספּעציפֿישער נאָמען. דער גענערישער נאָמען איז דער נאָמען פֿון אַ מין (ענגליש: genus), װי צום בײַשפּיל דער קאַװע בױם: Coffea. עס זײַנען אָבער פֿאַרשײדענע זגאַלן פֿון קאַװע-בײמער, און זײ אונטערשײדן זיך מיטן ספּעציפֿישן נאָמען, צום בײַשפּיל די צװײ זגאַלן: Coffea arabica, Coffea robusta.

אום אויגוסט 1727 איז לינע געגאנגען קיין לונד, וואו ער האט שטודירט אינעם ארטיקן אוניווערסיטעט.

ער איז צוריקגעקומען אין שוועדן אין 1738, און איז געווארן פראפעסאר פון באטאניק אין אופסאלא.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. 13טן מיי אויפן שוועדישן קאלענדאר