מאיר אמסעל

(אַריבערגעפֿירט פון מאיר אמסל)

הרב מאיר אמסעל (ניידאָרף, ח' טבת ה'תרס"זניו יארק, כ"ג טבת ה'תשס"ז) איז געווען דער רעדאקטאר פון דעם מאנאטליכן תורה-זשורנאל "המאור".

ערשטע יארן

רעדאַקטירן

הרב מאיר אַמסעל איז געבוירן געווארן אין ניידאָרף, סלאוואקיי, ח’ טבת תרס”ז צו זיין פאָטער, אברהם אַמסעל, א שוחט אין קאשוי. ער איז געווען או אור-אייניקל פון רבי’ן ר’ אלימלך פון ליזשענסק זי”ע, ווי אויך פון רבי’ן ר’ העשיל פון קראקע, פון מהר”ל פון פּראג און פון סמיכת חכמים.

ווען ער איז געווען נאך יונג האט זיך זיין משפחה אַריבערגעצויגן פון ניידארף אין קאשוי. דארטן איז ער געווארן נאנט צו די גדולי התורה והחסידות דעם ראַדאָמישלער רב, און דעם סטראפקאווער רב א זון, זון פון שינאווער רב.

עס איז באקאנט אז דער בעל ויואל משה פון סאטמאר זי"ע פלעגט זיך פיל באנוצן מיט אים מפרסם צו זיינע הוראות אינעם המאור, [הגם ער ער האט געהערט צו חב"ד], און אמאל ווען ער האט זיך באקלאגט פאר'ן סאטמארער רב אז האט ער האט אויסצושטיין פילע קריטיק אויף די מאמרים, האט אים דער רבי געזאגט בצחות לשונו: "וואס ווילסטו? נאכ'ן "המאור" קומט דאך די "מלחמת ה'"!".

ביים עלטער פון 100 יאר איז ער נפטר געווארן, ש"ק פ' שמות (כ"ג טבת) תשס"ז.

איינמאל ווען ער האט זיך זייער שטארק אנגענומען פאר סאטמאר בנוגע דער מחלוקה פון קלויזענבורג, און ער איז פונקט אוועקגעפארן קיין קאנעטיקוט, האבן די שונאים פון סאטמאר מודיע געווען - אויך דורך דער אידישער ראדיא - אז הרב מאיר אמסעל ז"ל איז אוועק, און די לויה וועט פארקומען פארנט פון זיין ביהמ"ד "המאור" אויף 50X18 אין בארא פארק אום 9:00 אינדערפרי. אזוי ווי די קאמיוניקאציע דעמאלטסדיגע צייטן איז געווען גאר שוואך, און קיין צעלפאנען איז נאך נישט געווען, האט זיך א ריזיגער עולם דעמאלס פארזאמלט צו זיין לויה, אבער פלוצלינג אינדערפרי האט ער זיך באוויזן א לעבעדיגער בפני כל עם ועדה, און אנגעקומען מיט א טעקסי צו... זיין אייגענער לויה, אין א בחינה פון "בא הרוג ברגליו".

די וועלט זאגט אז מען לאזט ארויס א שם אז איינער איז אוועק (געשטארבן), דעמאלס לעבט ער לאנג. ער האט טאקע נאכדעם נאך לאנג געלעבט און זוכה געווען צו אריכות ימים ושנים.