מאַהאַראַשטראַ (שטאַט פון אינדיע)
महाराष्ट्र
Maharashtra
מדינה / טעריטאָריע אינדיע
קאָאָרדינאַטן 18°58′N 72°49′E / 18.96°N 72.82°E / 18.96; 72.82קאארדינאטן: 18°58′N 72°49′E / 18.96°N 72.82°E / 18.96; 72.82
הויפּטשטאָט פון שטאַט פון אינדיע מומביי
אָפיציעלע שפּראַך מאראטהי
שטח 307,731 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאַט פון אינדיע

112,372,972‏  (שטייענדיג 2011)

מאַהאַראַשטראַ (ענגליש: Maharashtra; מאראטהי: महाराष्ट्र) איז איינער פון די 29 שטאטן פון אינדיע. ער געפינט זיך אין מערב אינדיע, ארומגענומען מיט גודזשאראט און דער טעריטאריע דאדרא און נאגאר האוועלי אין צפון־מערב, מאדהיא פראדעש אין צפון און צפון־מזרח, טשאטיסגארה אין מזרח, טעלאנגאנע אין דרום־מזרח, קארנאטאקא אין דרום, און גאא אין דרום־מערב, מיטן אראבישן ים צו מערב. מאַהאַראַשטראַ איז דער רייכסטער שטאט אין אינדיע, מיט 15% פונעם לאנד'ס אינדוסטריעלן ארויסווארג און 13.3% זיין ברוטא אינלענדישן פראדוקט (אין 2006–2007).

די הויפטשטאט איז מומביי. די שפראך פון דעם שטאט איז מאראטהי.

מאַהאַראַשטראַ באדעקט א שטח פון 307,731 ק"מ², 9.84% פון דעם גאנצן שטח פון אינדיע, און איז דער דריטער גרעסטער שטאט פון אינדיע לויט שטח. מיט א באפעלקערונג פון 112,372,972 מענטשן (אין 2011), איז מאַהאַראַשטראַ דער צווייטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט באפעלקערונג (נאך אוטאר פראדעש).


וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מאהאראשטרא