לאנדאן ברידזש סטאנציע

באן סטאנציע אין לאנדאן און לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע
קאארדינאטן: 51°30′18″N 0°05′10″W / 51.505°N 0.086°W / 51.505; -0.086

לאנדאן ברידזש סטאנציע (ענגליש: London Bridge לאנדאנער בריק) איז א צענטראל-לאנדאן סוף-סטאנציע און א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין סאדארק, וואס פֿארנעמט א שטח אויף צוויי ניוואען דרום־מזרח פון און לעבן לאנדאנער בריק, און 2.6 ק״מ מזרח פון טשארינג קראס. די סטאנציע האט געעפנט אין 1836 און איז די עלטסטע סטאנציע אין לאנדאנער פֿאָרגעלט זאנע 1 און איינע פון די עלטסטע אין דער וועלט. זי איז איינע פון צוויי הויפטליניע וואקזאלן אין לאנדאן דרום פונעם טעמז, די צווייטע איז וואטערלו

לאנדאן ברידזש נאציאנאלע באן
בילד

נייער זאל ביי לאנדאן ברידזש

(למפת צענטראל לאנדאן רגילה)
 
לאנדאן ברידזש
לאנדאן ברידזש

לאקאציע פון לאנדאן ברידזש אין צענטראל לאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: London Bridge
יאר געעפנט: 1836
לאקאציע: סאדארק
בארא: לאנדאנער בארא פון סאדארק
פארוואלטער: נעצווערק באן
צאל פעראנען: 15
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
נאציאנאלע באן יערלעכע פאסאזשירן
2014-15 אראפ 49.517 מיליאן
2015-16 ארויף 53.581 מיליאן
2016-17 אראפ 47.874 מיליאן

די הויפטליניע סטאנציע איז איינע פון 19 אינעם פאראייניגטן קעניגרייך וואס זענען פארוואלטעט דורך נעצווערק באן. די אונטערגרונט סטאנציע איז באדינט דורך דער יובילי ליניע און דעם באנק צווייג פון דער נארדערן ליניע.

לאנדאן ברידזש ווערט באדינט דורך סאדאיסטערן באדינונגען פון טשארינג קראס און קאנאן סטריט קיין צילן אין דרום־מזרח לאנדאן, קענט און מזרח סאסעקס, און איז א סוף־סטאנציע פאר פיל סאדערן צופארער און ראיאנישע באדינונגען קיין דרום־לאנדאן און א סך צילן אין דרום־מזרח ענגלאנד. טעמזלינק באדינונגען פון בעדפארד, קעמברידזש און פיטערבארא קיין ברייטאן און אנדערע צילן אין סאסעקס און קענט האבן אנגעהויבן באדינען די סטאנציע אין 2018.


היסטאריע

רעדאַקטירן

די סטאנציע האט געעפנט דעם 14טן דעצעמבער 1836 דרום פונעם טייך טעמז.

נאציאנאלע באן סטאנציע

רעדאַקטירן

איבערבויען

רעדאַקטירן

צווישן די יארן 2009 און 2017 האט מען אינגאנצן אנטוויקלט די סטאנציע, איבערגעבויט אלע פעראנען, צוגעגעבן צוויי הויפט אריינגאנגען פון דעם גאס־ניווא און שטארק פארבעסערט די גאנצע סטאנציע פאר פאסאזשירן.

פריער זענען געווען זעקס דורך-פעראנען, יעצט האט מען ניין, אלע פון זיי פארלענגערט פאר באנען מיט 12 וואגאנען. פעראנען 4 און 5 וועלן באדינען טעמזלינק באנען, און פעראנען 6,7,8 און 9 וועלן באדינען באנען פון און קיין טשארינג קראס.‏[1] אויך האט מען איבערגעבויט די דריי פעראנען 1,2 און 3 אויף דער צפון זייט פון דער סטאנציע פאר קאנאן סטריט באדינונגען.

באדינונגען

רעדאַקטירן
פריערדיקע סטאנציע     נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
קיין הארשאם אדער ברייטאן
טעמזלינק
טעמזלינק
קיין ריינהאם
סאדאיסטערן
סאדאיסטערן
סאדאיסטערן
סאדערן
ברייטאן הויפטליניע
טאטנהאם קארנער ליניע
סוף-סטאנציע
סאדערן
סאדערן מעטרא

לאנדאנער אונטערגרונט

רעדאַקטירן
לאנדאן ברידזש  
 

טולי סטריט אריינגאנג

לאקאלער סטאנציע נאמען: London Bridge
יאר געעפנט: 1900
לאקאציע: בארא
בארא: לאנדאנער בארא פון סאדארק
פארוואלטער: לאנדאנער אונטערגרונט
ליניעס אדורך דער סטאנציע: יובילי ליניע
נארדערן ליניע
צאל פעראנען: 4
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
אונטערגרונט יערלעכע פאסאזשירן
2015   71.96 מיליאן
2016   70.74 מיליאן

די לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע ווערט באדינט דורך די יובילי און נארדערן ליניעס. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.

די נארדערן ליניע סטאנציע האט געעפנט אום 25סטן פעברואר 1900 אויף דער סיטי און דרום לאנדאנער באן.

די יובילי ליניע סטאנציע האט געעפנט דעם 7טן אקטאבער 1999 אלס א טייל פון דער יובילי ליניע פארלענגערונג,[2] אבער באנען זענען שוין אדורכגעפארן אן זיך אפשטעלן פונעם פריערדיקן מאנאט. מען האט געשאפן א נייעם בילעטן־זאל אין די בויגנס אונטער דער הויפטליניע סטאנציע, אזוי שאפנדיק א פארבעסערטן איבערבייט. די יובילי ליניע פעראנען האבן באנשטייגטירן אזוי ווי אלע אנדערע סטאנציעס אויף דער פארלענגערונג.



פריערדיקע סטאנציע     לאנדאנער אונטערגרונט   פאלגנדע סטאנציע
יובילי ליניע
קיין סטאנמאר
קיין מארדן
נארדערן ליניע
באנק צווייג


רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. טעמזלינק פראגראם. דערגרייכט דעם ‏11טן דעצעמבער 2016. (אויף ענגליש)
  2. Horne 2000, p. 80.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לאנדאן ברידזש סטאנציע