לאנג איילענד אייז טיי
קאקטייל מיט וואדי, דזשין, טעקילע און ראם
לאנג איילענד אייז טיי (ענגליש: Long Island Iced Tea) איז א קאקטעיל געמישט פון פארשידענע אלקאהאלישע געטראנקען מיט אביסל קאולע און אייז.
זי אנטהאלט נישט קיין טיי, זי הייסט אזוי נאר צוליב וואס די קאליר איז ווי אייז-טיי.
היסטאריע
רעדאַקטירןזי איז געשאפן געווארן בשעת די פראהבישן ווען מענטשן האבן געוואלט קענען גיין ביים וואסער אין לאנג איילענד, ניו יארק מיט א אלקאהאלישע געטראנק אבער מ'זאל עס נישט דערקענען, ממילא האבן זיי עס געמאכט אויסזעהן ווי טיי.
טאקילע
רעדאַקטירןעס איז פארהאן מיינונגס פארשידנהייטן צי מ'לייגט אריין טאקילע דערין. די אפיציעלע רעקאמענדאציע פון די אונטערנאציאנאלע באר אסאסיאציע איז נישט צו לייגן טאקילע, נאר דזשין, וואדקע ראם און טריפל סעק.
וועב
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
לאנג איילענד אייז טיי