כתר, ניו יארק (ווילידזש)
Kaser
מדינה / טעריטאָריע פאַראייניקטע שטאַטן

 ‑ אין ווילידזש

5,354‏  (שטייענדיג 2016)

קאארדינאטן: 41°07′N 74°04′W / 41.117°N 74.067°W / 41.117; -74.067 כתר איז א שטעטל (ווילידזש) אין ראמאפא וואס איז א וויזשניצער געגנט צפון פון מאנסי. אין דעם צענזוס פון 2010 איז זיין באפעלקערונג געווען 4,724. כתר באדעקט א שטח פון 0.4 קוואדראט ק"מ.

כתר איז געגרינדעט אין די 1990ער יארן, בכדי זיך צו קענען אן עצה געבן מיט דעם וואוקס פון די פרישע פארפעלקער, וואס איז אויף דעמאלטס געווען א לעזונג, וואס שפעטער מיט דער צייט ווען דער ציבור האט זיך נאך מער פארברייטערט, האט דער מאנסי-וויזשניצער רבי געעפנט א שטעטל אין קייאמישע לייק נאנט צו זיין ישיבה וואס ער האט שוין ארויסגעטראגן אהין עטליכע יאר פריער, און צעביסלעך ווערט דארטן א הערליך שיינער יישוב מיט די נאטור פון די בריאה, אינאיינעם מיט א חסידישן קרייז, ווי אויך פולע וואס האבן זיך געקויפט דארטן דערנעבן דירות און פארן ארויס אהין פון צייט צו צייט, אריינגערעכנט אדמו"רים, ווי צ.ב.ש. רבי ישראל אברהם פארטוגאל, סקולענער רבי, וואס ווי באקאנט וויילט ער זייער אסאך אינדרויסן צוליב דער פרישער לופט וואס פעלט איהם אויס פאר דעם געזונט האט ער דארטן הארט נעבן זיין פריוואטער דירה א אידישן יישוב מיט אלע צוגעהערן.

דער וויצע-בירגעמייסטער איז שלמה קאניג.

53.4% פון די באַפעלקערונג איז אונטער די עלטער פון 18.