ישראל יוסף אונגאר

רבי ישראל יוסף אונגאר זצ"ל (ה'תרכ"חא' דראש חודש תמוז ה'תש"ב), פון טארנא.

אפשטאםרעדאַקטירן

רבי ישראל יוסף איז געבוירן און יאר ה'תרכ"ח, צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.

רבנותרעדאַקטירן

רבי ישראל יוסף האט געלערנט ביי זיין פעטער הרב יהושע הורוויץ דער דזשיקאווער רב. אין יאר ה'תרע"ג האט ער אנגעהויבן פראווען רביסטעווע אין טארנא, ס'איז געווען ביי אים א גרויס געגייעכטס, ספעציעל אין די ימים נוראים צו הערען זיינע תפילות אויף דעם ראפשיצער נוסח.

הסתלקותרעדאַקטירן

רבי ישראל יוסף איז ארויסגעפירט געווארן ביי די צווייטע אקציע מיט זיין פאמיליע א' דראש חודש תמוז ה'תש"ב.

פאמיליערעדאַקטירן

רבי ישראל יוסף האט געהייראט מרת ברכה א טאכטער פון הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ. זייערע קינדער:

  • הרב מאיר אליהו אונגאר, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שלום האלבערשטאם, זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הרב ראובן אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • מרת חיה אסתר די פרוי פון הרב חיים צבי הירש הורוויץ, א זון פון הרב אליהו הורוויץ רב אין דזשאלין. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הרב אליעזר אונגאר,

רעפערענצןרעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר