אליהו הורוויץ
רבי אליהו הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ך - ו' מנחם אב ה'תרפ"ג), דער דזשאלינער רב.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי אליהו איז געבוירן אין יאר ה'תר"ך (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי חיים הורוויץ, דער וואנדער רבי, א זון פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת יוכבד רבקה די טאכטער פון הרב משה אונגאר פון צאנז, אן איידעם פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.
רבנות
רעדאַקטירןרבי אליהו איז ערשט געווען רב אין גאראיעץ אין יאר ה'תרמ"ה (אומגעפער) איז ער געווארן רב אין דזשאלין ביז די ערשטע וועלט קריג, נאכהער האט ער געוואוינט אין ריישא.
הסתלקות
רעדאַקטירןפאמיליע
רעדאַקטירןזיינע קינדער:
- הרב מנשה הורוויץ, ממלא מקום פון פאטער, רב אין דזשאלין. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהודה אונגאר, רב אין סאקאלאוו.
- הרב אברהם הורוויץ (ה'תרמ"ה (אומגעפער) - ה'תש"ב), פון דעמביץ.
- הרב אריה מאיר הורוויץ, רב אין בלאזאוו.
- הרב חיים צבי הירש הורוויץ, ער האט געהייראט מרת חיה אסתר א טאכטער פון ישראל יוסף אונגאר, פון טארנא.
- מרת רחל, די ווייב פון הרב יואל האלפרין פון ברעזאן.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר