יקותיאל יהודה האלבערשטאם (שינאווא)
רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרנ"ג - ה'תש"ג), שינאווער רבי אין צאנז.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי יקותיאל יהודה איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרנ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם פון שינאווא, א זון פון הרב משה האלבערשטאם רב אין שינאווא, א זון פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים, רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים, רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון דעם ישמח משה.
רבנות
רעדאַקטירןרבי יקותיאל יהודה איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, שינאווער רבי אין צאנז.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי יקותיאל יהודה איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ב (אומגעפער) מיט זיין פאמיליע הי"ד.
פאמיליע
רעדאַקטירןאין יאר ה'תרע"ב האט רבי יקותיאל יהודה געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל שפירא רב אין רעדים, א זון פון הרב מנחם מענדל פנחס שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב אלעזר שפירא פון לאנצהוט.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר