רבי מנחם מענדל פנחס שפירא זצ"ל (ה'תקצ"ח - ה'תרע"ב), רב אין לאנצהוט.

רבי מענדל'ע איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ח (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלעזר שפירא, רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת טויבע חוה א טאכטער פון הרב יהושע העשל האלעס פון דוקלא.

נאך זיין פאטער'ס פטירה האט זיך געשאפן א רייבעריי איבער דעם רבנות אין לאנצהוט, דער שטעטישע קרייז האט געוואלט אויפנעמן רבי מענדל'ע אלס רב, דאגעגן דער חסידישער קרייז האט געוואלט דעם ברודער רבי שמחה, נאך א האלב יאר איז רבי מענדל'ע אויסגעוועלט געוווארן אלס עמטליכער רב.

רבי מענדל'ע איז נפטר געווארן אין ה'תר"ע (אומגעפער).

רבי מענדל'ע האט געהייראט אין לאנצהוט. זיינע קינדער:

  • מרת רבקה רחל, די ווייב פון הרב יוסף יהודה רוקח רב אין חעלים.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר