יצחק אשכנזי
רבי יצחק אשכנזי (ה'תש"ג - ח שבט, התשפ"ב) איז געווען דער אלעסקער רבי, אין דער קענזינגטאן געגנט נעבן בארא פארק, ניו יארק.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןדער רבי איז א זון פון רבי אלימלך אשכנזי, דער רב פון מעלבורן, אויסטראליע, און שפעטער רב אין סיגעיט, און אן איידעם ביי רבי מנחם מענדל שלמה טויב, דער קאלעווער רבי פון וויליאמסבורג.
בעפאר דער חתונה פון זיין אינגסטן קינד האט ער ליידער געכאפט א שווערן סטראק, און זינט דאן - פאר בערך אכצן יאר - איז ער געווען טיילווייז פאראליזירט, און מיטגעמאכט שווערע יסורים; אבער עם כל זה איז ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש, דינענדיג אלס רב פון א גרויסן בית המדרש.
דער רבי איז נפטר געווארן מאנטאג, פרשת בשלח (ח' שבט), ה'תשפ"ב, אין עלטער פון 78 יאר.
שול און מוסדות
רעדאַקטירןאין די תש"ל יארן האט ער אפגעקויפט א געביידע אין דעם קענזינגטאן געגנט, ביי די גרעניצן פון בארא פארק און פלעטבוש, און ער האט עס א נאמען געגעבן "לב שמח אלעסק"; וואס איז מיט די יארן געווארן א פארנומענער ביהמ"ד פונעם געגנט. פאר עטליכע יאר האט דער רבי אויך אנגעפירט מיט א ישיבה פאר בחורים אין זיין שול.
משפחה
רעדאַקטירןזיינע קינדער זענען:
- רבי סענדער, אדמו"ר מאלעסק (ממלא מקום)
- רבי בערל, אב"ד אלעסק וויליאמסבורג
- רבי חנוך העניך, איידעם ביים סאטמארער רבי׳ן; אב"ד אבני צדק קרית יואל,
- רבי יואל מענדל פון ראפשיץ.
- בלומא רויזא ווייב פון הרב מנחם מענדיל, זון פון רבי ישראל אליעזר פיש דער ביקסאדער רבי, און איידעם פון הרה"ק בעל ה תורת מרדכי פון וויזשניץ
דעם רבינ'ס ברודער איז געווען דער באקאנטער עסקן רבי זלמן אשכנזי.
אויך האט דער רבי א ברודער, דער האראדענקער רבי פון פלעטבוש.
נאך א ברודער איז רבי יהושע אשכנזי, א מרביץ תורה אין ירושלים.