בשלח איז די פערטע סדרה אין ספר שמות.

די תורה דערציילט ווי די יידן זענען אדורכגעגאנגען דעם ים סוף, און די יידן האבן געזונגען שירה. נאכער האבן די יידן געבעטן עסן און דער אייבערשטער האט געשיקט אראפ שלָו און מן. דער מן האט אנגעהויבן א חודש נאך יציאת מצרים און האט געשפייזט די יידן פערציג יאר ביז זיי זענען אריין אין ארץ ישראל.

אינעם סוף פון דער סדרה ווערט געברענגט די מלחמה מיט עמלק.


דער שבת ווען מען ליינט פרשת בשלח ווערט אנגערופן שבת שירה.