יפעת שאשא-ביטאן
ד"ר יפֿעַת שאַשאַ-ביטאן (געבוירן 23 מיי 1973) איז די פֿארזיצערין פון דער כולנו פארטיי אין דער ליכוד פֿראקציע, פֿארזיצערין פון דער קאראנע קאמיטעט און א כנסת דעפוטאט. זי האט געדינט ווי מיניסטער פון געבוי און באוואוינונג און פֿארזיצערין פון דער קאמיטעט פאר קינדער־רעכטן אין דעם 20סטן כנסת. פריער איז זי געווען וויצע־בירגערמייסטער פון קרית שמונה . איידער זי איז אריין אין פּאָליטיק, האט זי עוסק געווען אין בילדונג.[1]
געבורט |
23 מאי 1973 (אלט 51) ישראל | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||||
לערנארט | אוניווערסיטעט פון חיפה | ||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
ביאגראפיע
רעדאַקטירןשאשאַ-ביטאָן איז געבוירן געוואָרן אין קרית שמונה און איז דאָרטן אויפֿגעוואַקסן, און זי האט געוואוינט דארט ביז סעפטעמבער 2018. זי איז די טאָכטער פון רחל, א שוועסטער, געבוירן אין מאָראָקאָ, און משה דוד, אַן אויטאָבוס שאָפער און שפּעטער באַזיצער פון אַ פּריוואַטער טראַנספּארט פירמע, געבוירן אין איראַק.
זי האט באקומען אן ערשטן און צווייטן דיפלאם פון דעם אוניווערסיטעט פון חיפה אין דעם פעלד פון פאַרוואַלטן און אַנטוויקלען בילדונג־סיסטעמען און לערער־אינסטרוקציע. אין 2002 האָט זי באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין בילדונג פונעם אוניווערסיטעט פון חיפה, פאר א פראיעקט מיטן נאָמען "פארגלייכן דעם באַגריף פון שלום אין יידיש-ישראלדיקער און פאלעסטינער יוגנט: אלס א פונקציע פון א קאלעקטיוון נאראטיוו און אנטייל אין א שלום-דערציאונג פראגראם".[2]
פּריוואַט לעבן
רעדאַקטירןשאַשאַ-ביטאָן איז געהייראט צו אילאַן ביטאָן, און איז אַ מוטער פון דריי קינדער. זי וואוינט מיט איר משפּחה אין זכרון יעקב .
פאליטישע קאַריערע
רעדאַקטירןאין 2008 איז זי געלאפן פאר בירגערמייסטער פון קרית שמונה. זי האָט געדינט ווי וויצע־בירגערמייסטער ביז זי איז אפעגעזאגט געווארן אין 2010.[3] במשך פֿינף יאָר האט זי געהאט דעם פּאָרטאפֿעל פון בילדונג און יוגנט אין דעם מוניציפאליטעט.
אין דער נאציאנאלער ארענע
רעדאַקטירןאין 2015, צו די וואלן פארן 20סטן כנסת, האָט זי זיך איינגעשלאָסן אין דער "כולנו" פארטיי אָנגעפירט פון משה כחלון און זי איז געשטעלט געוואָרן אויף זיבעטן אָרט. די פארטיי האט באקומען צען מאנדאטן און שאשא-ביטאן איז דערוויילט געווארן צו דינען אין כנסת; אויף איר ארט אין דער קרית שמונה שטאטראט איז אריין אביחי שטערן, וואס איז שפעטער געווארן בירגערמייסטער.
דעם 9טן יאנואר 2019, עטלעכע חדשים פאר דעם צעלאָזן פון דעם כנסת, איז זי באשטימט געוואָרן מיניסטער פון בעבוי און באוואוינונג אין דער 34סטער רעגירונג, נאך דער רעזיגנאציע פון יואב גאלאנט.[4]
ווען מען האט צאמגעשטעלט די 35סטע רעגירונג פון ישראל איז זי געווארן באשטימט צו פירן דעם ספּעציעלן קאמיטעט צו באהאנדלען דעם קאָראָנאַ קריזיס.[5]
וועבלינקען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ יפעת שאשא ביטון, באתר הכנסת
- ↑ יפעת שאשא-ביטון, השוואת התפיסה של מושג השלום אצל בני נוער יהודים-ישראלים ובני נוער פלסטינים, בקטלוג הספרייה הלאומית
- ↑ מוסטער:Mynet
- ↑ מוסטער:TheMarker
- ↑ מוסטער:מעריב אונליין