יעקב אבוחצירא

רב איו מאראקא

רבי יעקב אבוחצירא גערופן אביר יעקב (תקס"ו - כ' טבת ה'תר"ם; 1805 - 4טן יאנואר 1880) איז געווען פון די גדולי הרבנים פון מאראקא. ער איז באקאנט מיט דעם נאמען 'אביר יעקב', און ער איז געווען דער זיידע פון באבא סאלי.

יעקב אבוחצירא
يعقوب أبو حصيرة
קיין פריי בילד
געבורט 1806
מאראקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1880 (אלט 74 בערך)
עגיפטן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה מאראקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

הרב אבוחצירא איז געבוירן געווארן אין ה'תקס"ו (1805) און געוואקסן אין דער שטאט טאפילאלט אין מאראקא. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט ביי זיין פאטער, רבי מסעוד, דעם גאנצן תנ"ך מיט די טעמי המקרא און נאך דעם די גאנצע ששה סדרי משנה און דעם גאנצם ש"ס גמרא.

נאך ווען ער האט געקריגן א סמיכה להוראה, איז ער געווארן דעם רב און דעם פירער פון דער קהילה און תאפילאלת. און ער איז געווען אויך א מגיד מישרים און א דרשן. ער האט גיוואלט ארויף גיין קיין ארץ ישראל, נאר וועגן דעם התנגדות פון דעם תאפילאלת'ס קהילה, איז ער געבליבן ביי זיי. 6 מאל, האט ער פרובירט ארויף גיין ביז שנת תר"מ (1879), דאס זעקסטע מאל, אז הער האט צו-גערעדט אויף זייערע הארץ, און זיי האבן היים געלאזט ארויף גיין. זיין טענה איז געווען, אז זיין זון, רבי מסעוד, קען אונטערנעמען זיין שטעלע און ווערן א רב און דעם פירער פון דער קהילה. ער האט פארלאזט מאראקא און ער איז אריבער דורך אלזשיר, און טוניסיע, ליביע און מצרים. און ט"ו טבת, ער איז געקומען צו דער שטאט אלעקסאנדריע, דארט האט ער פארבריינגט א ביסל, און י"ז טבת האט הער געקומען צום דער שטאט דימאנהור, דארט איז ער איינגשטאנען ביי משה סרוסי, און דארטן, און דימאנהור איז ער קראנק געווארן און ער איז אוועק, כ' טבת תר"מ (4טן יאנואר 1880) און דארטן האט מען אים באגראבן.

נאך זיין פטירה

רעדאַקטירן

הרב יעקב אבוחצירא האט איבער געלאזט פיר זין און איין טאכטער: רבי מסעוד, רבי אהרון, רבי אברהם ורבי יצחק, און די טאכטער אסתר (ללה סטי). די באוואוסטע קינדער פון רבי מסעוד זענען: רבי ישראל, וואס איז באוואוסט מיטן נאמען באבא סאלי, הרב יצחק אבוחצירא דער רב פון דער שטאט רמלה, און הרב דוד אבוחצירא. א גרויסער טייל פון די אייניקלעך פון דער פאמיליע, וואס זענען געווען מיט עם אונטער וועגנס קיין ארץ ישראל, זענען צוריק געפארן קיין מאראקא, און דער אנדערע טייל זענען געקומען קיין ארץ ישראל.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן

אין 2013, איז ארויס א נייע מהדורה פון דער גאנצער סעט פון זיינע ספרים, מיט טייטשן והערות דורך עוז והדר, וועגן בקשה פון זיין אייניקל רבי דוד אבוחצירא פון נהריה, מיט דעם הילף פון דעם חרידישן נגיד הערשי פרידמן. דער פאדרוקט, האט געמאכט געווארן דורך אסאך תלמידי חכמים, און דעם שפיץ פון הרב מנחם מענדל פאמעראנץ.