יורם אבארדזשעל
הרב יורם מיכאל אַבאַרדזשעל (י"ז סיון תשי"ז, 16טן יוני 1957 - כ"ז תשרי תשע"ו, 10טן אקטאבער 2015) איז געווען דער גרינדער און פירער פון די "קול רינה רב פעלים" מוסדות הויפטקווארטירט אין נתיבות. אין די מוסדות לערנען מער ווי 2,000 יונגעלייט.[1]
![]() | |
געבורט |
1957 י"ז סיון תשי"ז ![]() |
---|---|
טויט |
2015 (אלט 58 בערך) כ"ז תשרי ה'תשע"ו ![]() |
מדינה |
ישראל ![]() |
טעטיקייט ארט | נתיבות |
אמטן | געפירט די קול רינה מוסדות |
זיינע רביס | הרב יששכר מאיר |
חיבורים |
"בצור ירום" אויף תניא "אמרי נועם" אויף סדרות |
![]() ![]() |
ביאגראפיערעדאַקטירן
ער איז געבוירן געווארן אין דער זידלונג ברוש צו עלטערן חנניה און רינה אַבאַרדזשעל וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל פון מאראקא. ער האט געלערנט אין דער בני-עקיבא ישיבה "בית-יהודה" אין כפר מיימון, און דערנאך אין דער חברונער ישיבה, און אין ישיבת הנגב אונטערן ראש ישיבה הרב יששכר מאיר. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם כולל "בית ישראל" וואס האט א שייכות מיט חב"ד אין נתיבות.
הרב אברדזשעל איז נפטר געווארן פרייטיק צונאכט פון שבת פרשת בראשית, כ"ז תשרי תשע"ו, 10טן אקטאבער 2015, נאך דעם וואס ער האט געליטן חדשים לאנג פון ראק קרענק.[2]
וועבלינקעןרעדאַקטירן
- אתר מוסדות קול רינה
- יאיר אטינגר, יותר חשוד, יותר אהוד | ימי הזוהר של הרב יורם אברג'ל, באתר הארץ, 22טן נאוועמבער 2013
- שמעון איפרגן, הרב הראשי של ארגוני הפשע, באתר mako, 13 בנובמבר 2013
- ישי כהן, נפטר מנהיג קהילת 'רב פעלים' הגאון רבי יורם אברג'ל זצ"ל, ביי כיכר השבת, 10טן אקטאבער 2015 (אויף העברעיש)
רעפערענצןרעדאַקטירן
- ↑ הרב יורם אברג'ל - Forbes Israel
- ↑ נפטר הרב יורם אברג'ל, באתר ynet 10טן אקטאבער 2015