דער מערב ברעג (יהודה און שומרון) אויכט באוווסט ווי יהודה ושומרון איז א לאנד ארומגענומענע און איינגעשפארטע טעריטאריע אויפן מערב ים ברעג פון דעם ירדן טייך אין דעם מיטל מזרח.

די סי.איי.עי. מאפע פון דעם מערב ברעג שטח.
די בלויע ליניע לעבן דער גרינער ליניע זאגט ווי עס איז שוין דא א מויער און וואנט אפטיילן ארץ ישראל פון מערב ברעג אז טעראריסטן זאלן זיך נישט קענען אריבערכאפן.

נאך דער אויפלעזונג פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין 1922, איז די טערעטאריע געווען א טייל פון דעם בריטישן מאנדאט אויף פאלעסטינע.

די 1948 אראבישער-ישראלישער מלחמה (מלחמת השחרור) האט צושטאנד געברענגט די עטעבאלירונג פון ארץ ישראל אויפן פריערדיגן מאנדאט, אבער די עזה פאס איז געווארן פארכאפט דורך מצרים.

די מערב ברעג איז געווארן פארכאפט און אנעקסירט דורך יארדאניע, און די 1949 וואפן שטילשטאנד אפמאך האט דעפענירט די שטילשטאנד גרעניצען.

פון 1948 ביז 1967, איז דער גאנצער געגנט געווען געפירט פון יארדאניע, כאטש יארדאניע האט נישט אפיציעל אויפגעגעבן בעלות דערויף ביז 1988.

עס איז געווארן פארכאפט דורך ארץ ישראל נאך אן אטאקע פון ירדן ביי דער זעקסטאגיקער מלחמה

זי איז נישט געווארן אנעקסירט דורך ארץ ישראל, מיטן אויסנאם פון מזרח ירושלים וואס איז יא געווארן פולקאם אנעקסירט.

דער מערב ברעג איז איצטערט באטראכט אלס אונטער אינטערנאציאנאלער געזעץ עס זאל זיין א טעריטאריע אן קיין טייל פון סיי וואסארא שטאט.

טראנספארט

רעדאַקטירן

דער מערב ברעג האט געהאט איין לופטפעלד, דאס ירושלים פליפעלד, וואס האט זיך געפינען אין צפון ירושלים, נישט ווייט פון ראמאללא.