יאַפֿפֿעד (און ענגלישYAFFED) (יונגע אַדוואָקאַטן פֿאַר א יושרדיגן חינוך) איז אַן ארגאניזאציע וועלכע באַשטייט פון א גרופּע אקטיוויסטן געווידמעט צו פארבעסערן די וועלטליכע בילדונג אין די חסידישע און ארטאדאקסישע שולעס. אזוי ווי דאס ניו יארקער געזעץ פארלאנגט.  

היסטאריע

רעדאַקטירן

יאַפפעד איז געגרינדעט געווארן דורך נפתלי מאסטער, אַ געוועזענער בעלזער חסיד. מאָסטער איז אויפגעוואקסן אין באָראָ פּאַרק, ברוקלין, אין אַ חסידישער משפּחה פון זיבעצן קינדער. ייִדיש איז זייַן מוטער שפּראַך.

די הויפט ציל פון יאפפעד איז צו פארבעסערן וועלטלעכע בילדונג און לאקאלע חסידישע מוסדות און ישיבות. לויט די ארגענעזאציעס פארשטאנד וואס די ניו יארק סטעיט געזעץ איז, לויט די דזשואיש וויק איז פארלאנגט פון פובליק שולעס אוועקצוגעבן 5 שעה פאר בילדונג ווען און די היימישע מוסדות געט מען קוים אוועק 90 מינוט און פאר בחורים העכער 13 איז נישט דא קיין שום וועלטלעכע בילדונג

לויט נפתלי מאסטער, איז יאפפעד'ס סטראַטעגיע "צו מאכן מענטשן פון די חסידישע קאמיונטי ארויסצוקומען און פאָדערן אַ ענדערונג אין דעם יעצטיגע בילדונג סיסטעם, ווי 14יעריגע בחורים פאַרברענגען 14 שעה אַ טאָג אָן לערנען אַ וואָרט פון ענגליש, מאטעמאטיק, וויסנשאפט, היסטאריע אָדער געאגראפיע."

רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועב לינקען

רעדאַקטירן