נפתלי מאָסטער (געבוירן 1986) איז א געוועזענער בעלזער חסיד און דער מייסד פון דער יאפפעד ארגאניזאציע, וואס איז געווידמעט צו אויפהעצן די ניו יארקער רעגירונג צו פארלאנגען אז די קינדער אין די חסידישע חדרים זאלן באקומען א בילדונג אין געוויסע סעקולערע געביטן.

נפתלי מאסטער
קיין פריי בילד
געבורט 1986 (אלט 38 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יונגע יארן

רעדאַקטירן

מאָסטער איז אויפגעוואקסן אין באָראָ פּאַרק, ברוקלין, אין אַ חסידישער משפּחה פון זיבעצן קינדער. ייִדיש איז זייַן מוטער שפּראַך.

מאסטער פירט א העסליכע מערכה אויפן לעגאלן פראנט אקעגן חרדישע מוסדות אין ניו יארק וואס לערנען נישט די פארלאנגטע לימודי חול וואס די רעגירונג געזעץ פארלאנגט. די מוסדות וואס ער באקעמפט נעמען אריין נאנט צו 200,000 קינדערלעך.

מאסטער זאגט אז אסאך עלטערן וואס שיקן די קינדער אין היימישע מוסדות שטיצן זיין מערכה, נאר זיי האבן מורא ארויסצוקומען בפרהסיא צוליב די קאנסעקווענצן וואס דאס קען זיי ברענגען.

עס זענען פארהאן וואס זענען מסכים מיט זיין טענה אז מ׳דארף פארבעסערן די סעקולערע לימודים אין די היימישע מוסדות, זיי האבן אבער טענות אויף מאסטער׳ס צוגאנג צו דער מערכה, ווייל ער ווייזט ארויס א גרויסן האס צו די חרדים, ווי לדוגמא ווען די חברת שומרים האט זיך פארפלאנטערט אין א לעגאלן ענין מיט א גוי וואס איז פונקט געווען געי צוליב א איבערפאל וואס זיי האבן געמאכט אויף אים ווייל לפי זייער אפשאצונג איז ער געווען פארדעכטיגט האט מאסטער ארויסגעשיקט אויפדעם א טוויט: מ׳זעט אז זיי האבן נישט קיין מאראל און דאס קומט צוליב דעם וואס זיי האבן נישט קיין געהעריגע אויסבילדונג.


זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן