יאגואר
גרויסע קאץ פון די אמעריקעס
דער יאַגואַר (וויסנשאפטלעכער נאעמן: Panthera onca) איז א זגאל פון ווילדער קעץ וואס וואוינט אין דרום-אמעריקע, טיילן פון צענטראל-אמעריקע און צפון אמעריקע. דער יאגואר איז איינער פון פינף זגאלן פון גרויסע קעץ וואס געהערן צום מין פאנטער (Panthera), צוזמען מיט דעם טיגער, דעם שניי לעמפערט, דעם לייב און דעם לעמפערט, און איז דער איינציגער צווישן זיי וואס לעבט אין אמעריקע, און נאר אין אמעריקע. דער יאגואר איז די דריט-גרעסטע קאץ, נאך דעם טיגער און דעם לייב, און איז די גרעסטע און שטערקסטע קאץ אין דעם מערב האלבקיילעך. ער איז פארשפרייט היינט פון די דרום-מערב פאראייניגטע שטאטן אין צפון, דורך צענטראל-אמעריקע, ביזן פאטאגאניע געגנט פון דרום-אמעריקע.
יאַגואַר | ||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
יאגואר אין מילוואקי זאא
| ||||||||||||||
קאנסערווירונג סטאטוס | ||||||||||||||
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||
| ||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||
Panthera onca לינע, 1758 | ||||||||||||||
יאגואר פֿארשפרייטונג
|