טריסקעוויץ

שטאט אין מערב אוקראינע
טריסקעוויץ
Трускавець טרוסקאוועץ
Flag of Truskavets.svg Coat of Arms of Truskavets.svg
Вілла «Сіріус» (зміш.) DSC 0133 stitch.jpg
ראטהויז
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
קאָאָרדינאַטן 49°17′N 23°30′E / 49.283°N 23.500°E / 49.283; 23.500קאארדינאטן: 49°17′N 23°30′E / 49.283°N 23.500°E / 49.283; 23.500
אבלאסט לעמבערג
שטח 8 קוואדראט ק"מ
באַפעלקערונג (2008)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײַט

29,900‏
3,737 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
truskavets-city.gov.ua

טריסקעוויץ, טרוסקעוויץ (אוקראיניש: Трускавець טרוסקאוועץ; פּויליש: Truskawiec טרוסקאוויעץ) איז א שטאט אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, נאענט צום פוילישן גרענעץ. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 29,583 (אין 2012).

פריער איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

טריסקעוויץ איז א קורארט, צופוסנס די קארפאטן בערג.

געשיכטערעדאַקטירן

די ערשטע בעדער האט מען געעפנט אין טרוסקעוויץ אין 1827, אונטער עסטרייכער הערשאפט. אין 1911 האט מען געעפנט א באן סטאנציע אין דער שטאט אויף דער מאסקווע - אדעס ליניע.

געאגראפיערעדאַקטירן

טריסקעוויץ געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 70 ק"מ דרום פון לעמבערג, 25 ק"מ מערב פון סטרי און 8 ק"מ דרום פון דראהביטש.

יידישע היסטאריערעדאַקטירן

אין 1880 האבן געוואוינט אין טריסקעוויץ 58 יידן, און אין 1921 האבן געוואוינט דארט 149 יידן.‏[1]


רעפערענצןרעדאַקטירן

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טריסקעוויץ