טאמאטע

(אַריבערגעפֿירט פון טאמעטא)

דער טאָמאַטע אדער פּאָמידאָר (וויסנשאפטלעכער נאמען: Solanum lycopersicum) איז א א פיל-יעריגער געוויקס (ער ווערט באהאנדלט געווענלך ווי אן איין יעריגע געוויקס) פון די נאכטשאטן פאמיליע סאָלאַנאַצעאיי (Solanaceae). דער פרוכט איז ביי מערסטע ראסן רױט מיט גרינע בלעטער. עס געפֿינט זיך, אין דעם אָנהײב, אין דרום און צענטראַל אַמעריקע, פֿון מעקסיקא ביז פּערו, אָבער איצט איז ער באַרימט אין דער גאָרער וועלט, בפֿרט אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

טאמאטע
א טאמאטע גאנץ און דורך געשניטן און צוויי
א טאמאטע גאנץ און דורך געשניטן און צוויי
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
(unranked): Angiosperms
(unranked): Eudicots
סדר: Solanales
פֿאַמיליע: Solanaceae
מין: Solanum
זגאַל: S. lycopersicum
בינאמינאלישער נאמען
Solanum lycopersicum
.L
טאמאטעס אויף דעם מארק

די טאמאטע איז באקאנט געווארן נאכדעם וואס די שפאניע האבן אנדעקט מעקסיקע בערך אין די יארן פון ה אלפים ש' און ת'. אין יאר ה' תרנ"ד איז אנגעקועמן צום אמעריקאנער געריכט די מחלוקה אויב טאמאטע איז א פרוכט אדער א גרינצייט צוליב דעם וואס פרוכט און גרינצייג האבן געהאט באזונדערע ראטעס אויף שטייער, די אמעריקאנער געריכט האט גע'פסק'נט אז טאמאטע איז א גרינצייג.

ווערט געגעסן

רעדאַקטירן

מען עסט זיי רוי געקאכט געבאקן אזוי אויך איז זי גוט צום פרעגלען געוויסע עסן דאס איינגעמאכט צוריבענען טאמאטעס (טאמעטע סאוס) קעטשופ

היסטאריע

רעדאַקטירן
 
Solanum lycopersicum var. lycopersicum. בלאט פון דער עלטסטער טאמאטע זאמלונג פון אייראפע, 1542–1544. Naturalis Leiden.

די טאמאטע שטאמט פון מערב דרום-אמעריקע.[1] אריגינעל איז די טאמאטע געווען קליין, ווי טשערי טאמאטעס, און גאנץ מעגלעך געל, נישט רויט.[1] טאמאטעס געהערן צו דער גיפטיקער נאכטשאטן פאמיליע, און די אייראפעער האבן טאקע געמיינט אז דער גלאנציגער פרוכט איז נישט עסבאר.[2]

אויף דעם פּאָמידאָר מאכט מען די ברכה בורא פרי האדמה, אזוי ווי אויף אנדערע גרינסן.

בדיקת תולעים

רעדאַקטירן

אין דעם פּאָמידאָר איז געווענליך נישט פאראן קיין אינסעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לױט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער איז פארהאן אנצייגונגן פון לעכער אדער פלעקען דארף מען עס דארט קאנטראלירן.

מצוות התלויות בארץ

רעדאַקטירן

דער פּאָמידאָר וואקסט אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל דארף מען מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.

דער דאטום וואס פאלט אויף דעם פּאָמידאָר די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש תשרי פון דעם זיבעטן יאר.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצען

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לכשרות המזון
  1. a b Solanum lycopersicum- Tomato. Encyclopedia of Life. דערגרייכט דעם ‏1טן יאנואר 2014.
  2. Tomato. Encyclopaedia Britannica (‏‏4טן יאנואר 2018). דערגרייכט דעם ‏15טן יאנואר 2018.