חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים
רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים, אויך געשריבן רבי חנניה יו״ט ליפא טייטלבוים, (ו' סיון ה'תקצ"ו - כ"ט שבט ה'תרס"ד), רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער ״קדושת יום טוב״.
געבורט |
22 מאי 1836 ו' סיון ה'תקצ"ו סטראפקאוו, סלאוואקיי |
---|---|
טויט |
14 פעברואר 1904 (אלט 67) כ"ט שבט ה'תרס"ד סיגעט, עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
קבורה ארט | סיגעט |
פאטער | יקותיאל יהודה טייטלבוים |
צאצאים | יואל טייטלבוים |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי חנניה יו"ט ליפא איז געבוירן צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ״ייטב לב״, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ״ישמח משה״, און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא.
רבנות
רעדאַקטירןאין יאר ה'תרכ"ד איז רבי חנניה יו"ט ליפא אויפגענומען געווארן אלס רב פון טעטש, ער איז געווען דארט רב ניינצן יאר. אין יאר ה'תרמ"ג האט ער איבערגענומען דאס רבנות און רביסטעווע פון סיגעט.
ספרים
רעדאַקטירןהסתלקות
רעדאַקטירןפאמיליע
רעדאַקטירןרבי חנניה יו"ט ליפא האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנשה רובין, רב אין ראפשיץ.
בזיווג שני האט ער געהייראט (מיט א היתר מאה רבנים) מרת חנה א טאכטער פון זיין פעטער הרב יואל אשכנזי רב אין זלאטשעוו, א זון פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא. זייערע קינדער:
- הרב חיים צבי טייטלבוים (ה'תר"ם- ו' שבט ה'תרפ"ו), ממלא מקום פון פאטער, רב אין סיגעט.
- הרב יואל טייטלבוים (י"ז טבת ה'תרמ"ז - כ"ו מנחם אב ה'תשל"ט), רב אין ארשעווע און סאטמאר.
- מרת אסתר, די ווייב פון הרב חנוך העניך דוב מייער (ג' אלול ה'תרמ"ד - ז' חשוון ה'תש"ג), רב אין סאסאוו און קערעצקי.
- מרת העסיא, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב ניסן טייטלבוים, בזיווג שני די ווייב פון הרב חיים מאיר יחיאל הורוויץ הי"ד (ה'תרל"ט - ד' אלול ה'תש"ב), רב אין ריינזשאוו, א זון פון ישראל הורוויץ, דזשיקאווער רב פון מעליץ.
ממלא מקומו
רעדאַקטירןנאך דער פטירה פונעם קדושת יו"ט אין יאר תרס"ד, האט זיין עלצטער זון רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל באקאנט אלס דער עצי חיים ממלא מקום געווען, דער עצי חיים איז געווען דער פאטער פונעם לעצטן סאטמארער רבי ר' משה טייטלבוים זצ"ל נפטר תשס"ו. ווען דער עצי חיים איז אין יונגען עלטער פון 46 פלוצלינג נסתלק געווארן האט זיין זון רבי יקותיאל יהודה הי"ד, וואס איז נאך דעמאלטס געווען א בחור פון 14 יאר, ממלא מקום געווען דאס רבנות אין סיגעט. ער איז געווען דארט רב ביז דער דעפארטירונג, אייר תש"ד.
רעפערענצען
רעדאַקטירן- לוי גראסמאן (תש"ג). שם ושארית.
- יצחק אלפסי (תשנ"ה). החסידות מדור לדור. מכון דעת יוסף.
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר