חכמת שלמה , ווערט געווענליך גערופן אויפן נאמען פונעם מחבר דער מהרש"ל, איז א ספר פונעם מהרש"ל מיט הגהות און תיקוני נוסחאות אויף ש"ס תלמוד בבלי.

דער מהרש"ל טוט אין דעם ספר פארגלייכן די נוסח פונעם ווענעציער דרוק מיט אלטע מאנוסקריפטן.

עס איז צוערשט געדרוקט געווארן אין א באזונדערן ספר און דערנאך אריינגעדרוקט אין די גמרות, וואס דארט געפונט זיך טייל תיקונים וואס פעהלן אין די שפעהטערדיגע דרוקן.

וויבאלד אסאך פון זיינע הגהות זענען אריין אין די גמרא זעלבסט, טייל מאל אונטערן נאמען רש"ל און אויך אנאנים, האט מען עס ארויסגענומען פונעם ספר. אפט איז עס אבער געווען בטעות ווייל די דרוקער האבן נישט פארשטאנען די גענויע כוונה פונעם מהרש"ל וואו ער האט געוואלט קארעגירן.

אין די ווילנער ש"ס'ן ערשיינט עס אונטערן מהרש"א. די הגהות זענען אפט אויך אויף רש"י און ענדיגט זיך אסאך מאל מיט (עיין במהרש"א). דער מהרש"ל האט אויך מגיה געווען אנדערע ספרי הראשונים, ווי דער רי"ף, רמב"ם, רא"ש, טור, סמ"ג און נאך.

זיין באזונדערע ספר ים של שלמה וואס ער האט מחבר געווען אויף זעכצן מסכתות איז מער מיוסד אויף ביאורים און הלכה למעשה.

דרוקסאגראפיע

רעדאַקטירן

וועב לינקען

רעדאַקטירן