הלכות רב אלפס, ווערט טיילמאל אויך גערופן אויפן נאמען פונעם פארפאסער דער רי"ף, איז דער באוואוסטער שטארק אנגענומענער הלכה ספר וואס דער רי"ף האט מחבר אין אראמיש אויף פיער-און-צוואנציג מסכתות פון ש"ס.

עס איז איינע פון די דריי הויפט פוסקים, צוזאמען מיטן רא"ש און דער רמב"ם, מיט וואס דער בית יוסף האט זיך בעיקר גערעכנט ביים שרייבן דעם שלחן ערוך - און איז אנגעבליך געווען דער ערשטער ספר צו געשריבן ווערן נאר אויף הלכה, אהן פלפולים.

דער ספר איז געשריבן ווי א תמצית פונעם תלמוד בבלי, וואו ער נעמט ארויס נאר די הלכות וואס זענען נוגע - און מען פסקעט אזוי - למעשה. ער ברענגט אויך אביסל דברי אגדה, מוסר און מדרשים.

ער האט עס אנגעהויבן צו שרייבן ווען ער איז געווען זיבעצן יאהר אלט און געענדיגט דרייסיג יאהר שפעהטער.

דער רי"ף האט נישט מורא זיך צו קריגן אפילו אויף איינע פון די גאונים.

דער ארגינעלער נאמען איז געווען הלכות רבתי, ווען מ'האט עס אריינגעדרוקט אין די ש"ס'ן האט מען עס א נאמען געגעבן הלכות רב אלפס.

עס ווערט אויך גערופן אין די פוסקים: תלמוד קטן, ש"ס קטן, הלכות האלפסי ספר ההלכות אדער סתם אלפסי.

פירושים, הגהות און הרחבות

רעדאַקטירן

אסאך ספרים און פירושים זענען נתחבר געווארן אויף רי"ף. טייל זענען געדרוקט אויפן דף ארום, ווי אין גמרא.

א חלק זענען געשריבן נאר אויף איין מסכת און טייל אויף מערערע. טייל זענען חדושים אויפן רי"ף אליין און טייל זענען הגהות אויף זיינע פירושים, ווי אויפן מרדכי און המאור.

פאלגענד איז א טייל פון זיי לויט די א"ב:

  • אלפסי זוטא
  • באור מרדכי, פון הגאון רבי מרדכי בנעט
  • בגדי ישע, פונעם של"ה אויף סדר מועד
  • בן אריה
  • גדולת מרדכי
  • גליון אלפס
  • גליון מהרש"א, רבי שלמה איגר
  • הגהות אלפס ישן
  • הגהות הב"ח
  • הגהות הגאונים, פון רבי ישראל בן שכנא און רבי צבי הירש שור
  • הגהות הגר"א
  • הגהות הרמ"א, אויפן מרדכי
  • הגהות חוות יאיר
  • הגהות מהר"ם טיקטין, אויפן מרדכי
  • הגהות מצפה איתן
  • הלכות יו"ט, פונעם מהרי"ט אלגאזי
  • המאור הגדול, אויף נשים נזיקין - און המאור הקטן אויף סדר מועד; פון רבי זרחיה הלוי
  • השגות הראב"ד
  • חדושי אנשי שם, א ליקוט פון די חידושים פון: מהר"ם טיקטין, מהר"ן שפירא, שארית יוסף (רבי יוסף כ"ץ פון קראקע), דרך תמים (אויך א ליקוט), רבי בצלאל אשכנזי, ברוך דוד גנעזן און נאך.
  • חדושי אפרים נבון, אויף סדר נזיקין
  • חדושי הריא"ז
  • חדושי מהרמ"ז, אויפן פירוש רבינו יהונתן
  • חשק שלמה
  • טל אורות
  • לוח הדינים שבר"ן, פון רבי יוסף אוטלינג
  • לקוטי הרא"ש
  • מאה שערים, פונעם בעל העיטור
  • מלאכת יום טוב
  • מלחמות השם, פונעם רמב"ן אויפן בעל המאור
  • מסורת הש"ס
  • מעשה אילפס, פון הגאון רבי מרדכי זאב איטינגא און זיין שוואגער דער שואל ומשיב
  • נמוקי הגרי"ב
  • נמוקי יוסף, פון רבי יוסף בר חביבא אויף זעקס מסכתות
  • ספר האשכול
  • ספר הזכות, פונעם רמב"ן אויף די השגות הראב"ד, ווערט אויך גערופן "מחסה ומגן"
  • ספר העתים
  • פירוש רש"י, גענומען פון די גמרא מיט הוספות
  • עין משפט און נר מצוה, די זעלבע שניט ווי אויפן ש"ס
  • פסקי רב מרדכי, ווערט געווענליך גערופן סתם: דער מרדכי
  • פעולת שכיר
  • קרני ראם
  • רבינו יהונתן, אויף מסכת עירובין
  • רבינו יונה, ווערט אויך גערופן תר"י - אויף מסכת ברכות
  • רבינו נסים, דער באוואוסטער ר"ן אויף צוועלף מסכתות
  • שיטת רבי"ב, אויף אכט מסכתות
  • שלטי הגבורים
  • שמן המאור
  • שערי שבועות אדער שערים דרב אלפסי, פון רבי יצחק בר ראובן - דעם רי"ף'ס אן אייניקל
  • תורה אור