זיסי ווייצמאן
זיסי ווייצמאַן (רוסיש: Зиси Вейцман, געב. 1946) איז אַ ייִדישער דיכטער.
געבורט |
30 נאוועמבער 1946 בעלץ, סאוועטן פארבאנד | |
---|---|---|
טויט |
12 נאוועמבער 2020 (אלט 73) באר שבע, ישראל | |
מדינה | סאוועטן פארבאנד, רוסלאנד, ישראל | |
פאך | דיכטער, זשורנאליסט | |
לעבנס-געשיכטע
רעדאַקטירןזיסי ווייצמאַן איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט בעלץ, היינט אין מאָלדאָווע. אַ סך יאָרן האָט ער געדינט אין דער סאָוועטישער אַרמיי אַלס אָפיצער פון אײַזנבאַן-מיליטער. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אויף די שפּאַלטן פונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" אין 1971. ער האָט זיך געדרוקט אויך אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". זיסי ווייצמאַן האָט אָנטיילגענומען אין דער קאָלעקטיווער זאַמלונג פון סאָוועטישע ייִדישע דיכטער "האָריזאָנטן", וואָס איז דערשינען אין 1987 אין מאָסקווע. זינט סוף 80ער יאָרן דער דיכטער געווען טעטיק אים דער ייִדישער געזעלשאַפט "תרבות לעם" פון דער רוסלענדישער שטאָט סאַמאַרע, וווּ ער האָט דעמלט געוווינט. אין 2006 איז ער עולה געווען קיין ישראל און ער וווינט אין באר-שבע.
לידער-זאַמלונגען
רעדאַקטירן- Лэхаим!, סאַמאַרע, 1991 (איבערגעזעצט אין רוסיש דורך לעאָניד שקאָלניק)
- אַ פֿריילעכער רעגן, תל-אָביב, 2016.