זבולון (זאוול) קווארטין (25סטן מערץ 1874 - 3טן אקטאבער 1952) איז געווען א בארימטער יודישער חזן פון א חסידישער משפחה אין כאנאראד (היינט אוקראינע).

זבולון קווארטין
קיין פריי בילד
געבורט 25 מערץ 1874
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 3 אקטאבער 1952 (אלט 78)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זינגער, קאמפאזיטאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יונגע יארן

רעדאַקטירן

זבולון איז געבוירן דעם 25סטן מערץ 1874 צו זיין פאטער שלום קווארטין, א טעקסטיל סוחר און פייערדיגער חסיד פון ר' יצחק יואל ראבינאוויטש מקאנטאקוזיווע. פון קינדווייז אן האט זבולון געארבעט אין טאטנס פאבריק, אויך איז ער געווען אן ארבעטער ביי א ספרים איינבינדער און א שלעסער.

זיין שוואגער האט אים געשטיפט צו גיין לערנען זיך קול אויסנוצן, כדי צו ווערן א חזן. ער האט נישט געוואלט, אפערע און קלאסישע מוזיק האט אים מער פאראינטערסירט. זיין פאטער האט אמאל געפרעגט פון חזן ירוחם בלינדמאן, זיין מיינונג אויף זבולון.

נאך זיין חתונה, איז ער איינגעשטאנען ביי זיין שווער, און אויף שבת האט מען אים געגעבן מפטיר, נאכהער האט מען אים פארבעטן פארצודאווענען מוסף, ער האט צוגעטרעטן צום עמוד, און מיט דעם האט זיך זיין קאריערע אנגעפאנגען. צו ערשט אלס חזן אין זיין היימלאנד און שפעטער אין בודאפעסט. אין 1903, איז ער געווארן חזן אין וויען, עסטרייך.

אין 1914, איז ער פארבעטן געווארן צו קומען צו א רייע קאנצערטן אין אמעריקע, אבער צוליבן אויסבראך פון דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער געמוזט אפלייגן זיין רייזע. אין 1920, נאך דער ענדע פון קריג, האט ער זיך ארויסגעלאזט קיין אמעריקע, וואו ער האט אויפגעטרעטן אין ניו יארק, אין מעטראפאליטן אפערע. דער ערשטער קאנצערט זיינער, האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל. די קומענדיקע קאנצערטן זענען שוין געווען בעסער, צו דער ענדע האט ער באשלאסן זיך צו באזעצן אין אמעריקע. עמנואל טעמפל, אין ברוקלין, האט אים אויפגענומען פאר זייער חזן, פאר 12,000 דאלער א יאר, א ריזן סומע פאר יענער צייט. ער איז זייער רייך געווארן פון זיינע אויפטריטן און קאנצערטן, ווי אויך פון באטייליגן זיך אין רעקארדירטן חזנות.

אין 1926, האט ער אפגעשטאט א באזוך אין פאלעסטינע, און ער האט באשלאסן זיך צו באזעצן אויפן כרמל בארג , וואו ער האט זיך געקויפט א הויז. ער האט דארט געדאוונט און אויפגעטרעטן אויף קאנצערטן ביז אין 1937 ווען ער איז צוריק קיין אמעריקע, וואו ער איז געווארן א חזן אין נוארק, ניו זשערסי.

ער איז געשטארבן 1952, אין ניו זשערסי, און ער איז געברענגט געווארן צו קבורה אין ישראל.

קווארטין איז פאררעכנט אלס איינער פון די פיר גרויסע חזנים אין דער גאלדענע תקופה פון חזנות, ראזנבלאט, הערשמאן, דוד רויטמאן און קווארטין. "טיהר רבי ישמעאל" פון די סליחות אין מוסף פון יום כיפור איז זיין מערסט באוואוסטע חזנות שטיקל.

ער האט אויך געשריבן עטליכע ביכער, אפאר אויף חזנות, און ער האט געשריבן אן אויטאביאגראפיע אויף זיין לעבן, צוערשט א קורצע אינעם ביכל די געשיכטע פון חזנות, און אין די שפעטערע יארן אן אייגענעם ביכל מיטן נאמען מיין לעבן.

ער האט רעקארדירט פילע חזנישע קאמפאזיציעס אויפן דאווענען, און איז בארימט מיט זיין אייגנארטיגן ווארימען גאנג אויפן וואליהנער נוסח.

אין 1928 האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר "זמירות זבולון" און צעהן יאר שפעטער אין יאר 1938 דעם "תפילות זבולון".

ער האט פארמאגט אן אייגנארטיגע ברייטע זיסע בטענאר[1] מיט וועלכע ער פלעהגט רייסן וועלטן.

קאמפאזיציעס

רעדאַקטירן

דרויסנדיגע לינקען

רעדאַקטירן
  1. https://books.google.com/books?id=y-w6AQAAMAAJ&pg=RA19-PA36&lpg=RA19-PA36&dq=kwartin+tenor&source=bl&ots=oEiQ6NAtec&sig=ePK-7YbQGwihxIh9WF1-b31vYGg&hl=en&sa=X&ved=0ahUKEwiU9Ov_vtvZAhXL5YMKHSmpD_cQ6AEIPDAD#v=onepage&q=kwartin%20tenor&f=false