ווימבלדאן פארק אונטערגרונט סטאנציע
לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע
ווימבלדאן פארק (ענגליש: Wimbledon Park) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אויפן ווימבלדאן צווייג פון דער דיסטריקט ליניע. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 3.
ווימבלדאן פארק | |
---|---|
אריינגאנג צו דער סטאנציע | |
לאקאציע פון ווימבלדאן פארק אין גרויסלאנדאן | |
לאקאלער סטאנציע נאמען: | Wimbledon Park |
יאר געעפנט: | 1889 |
לאקאציע: | ווימבלדאן פארק |
בארא: | לאנדאנער בארא פון מערטאן |
פארוואלטער: | לאנדאנער אונטערגרונט |
ליניעס אדורך דער סטאנציע: | דיסטריקט ליניע |
צאל פעראנען: | 2 |
טראוולקארטע זאנע: | זאנע 3 |
צאל פאסאזשירן אין יאר: | 1.81 מיליאן 2014 |
היסטאריע
רעדאַקטירןדי סטאנציע האט געעפנט דעם 3טן יוני 1889 ווען די דיסטריקט באן (היינט די דיסטריקט ליניע) האט פארלענגערט איר ליניע דרום פון פאטני ברידזש קיין ווימבלדאן. די טייל פון דער דיסטריקט ליניע פון פאטני ברידזש ביז ווימבלדאן איז געווען דער לעצטער צו ווערן געטוישט פון פארע לאקאמאטיוון צו עלעקטרישע באנען, וואס האבן אנגעהויבן אויף דעם טייל ליניע דעם 27סטן אויגוסט 1905.
דינסטן
רעדאַקטירןדי נארמאלע דינסט א גאנצן טאג (חוץ די שפיץ שעה׳ן) איז:
- 12 באנען א שעה קיין ווימבלדאן
- 6 באנען א שעה קיין עדזשווער ראד
- 3 באנען א שעה קיין בארקינג
- 3 באנען א שעה קיין טאער היל
די דינסט אין די שפיץ שעה׳ן מאנטיג-פרייטיג איז:
- 12 באנען א שעה קיין ווימבלדאן
- 6 באנען א שעה קיין עדזשווער ראד
- 6 באנען א שעה קיין אפמינסטער
רעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
ווימבלדאן פארק אונטערגרונט סטאנציע
פריערדיקע סטאנציע | לאנדאנער אונטערגרונט | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
קיין אפמינסטער אדער עדזשווער ראד | דיסטריקט ליניע | סוף-סטאנציע |