ווילזדן גרין אונטערגרונט סטאנציע
ווילזדן גרין (ענגליש: Willesden Green) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אויף וואלם ליין אין ווילזדן, צפון־מערב לאנדאן. די סטאנציע ווערט געדינט דורך דער יובילי ליניע; צוגן אויף דער מעטראפאליטאן ליניע פארן אדורך דער סטאנציע אבער נארמאל שטעלן זיך נישט אפ.
ווילזדן גרין אונטערגרונט סטאנציע | |
---|---|
אריינגאנג צו סטאנציע | |
לאקאציע פון ווילזדן גרין אונטערגרונט סטאנציע אין גרויסלאנדאן | |
לאקאלער סטאנציע נאמען: | Willesden Green |
יאר געעפנט: | 1879 |
לאקאציע: | ווילזדן גרין |
בארא: | לאנדאנער בארא פון ברענט |
פארוואלטער: | לאנדאנער אונטערגרונט |
ליניעס אדורך דער סטאנציע: | יובילי ליניע |
צאל פעראנען: | 4 |
טראוולקארטע זאנע: | זאנע 2 און 3 |
צאל פאסאזשירן אין יאר: | 8.96 מיליאן (2015) |
די סטאנציע איז אויפן גרענעץ צויישן טראוולקארט זאנעס 2 און 3.
היסטאריע
רעדאַקטירןדי סטאנציע האט געעפנט אום 24סטן נאוועמבער 1879 דורך דער מעטראפאליטאן באן (היינט די מעטראפאליטאן ליניע). פון 20סטן נאוועמבער 1939 האט זי באדינט אויך די סטאנמאר צווייג פון דער בעקערלו ליניע, און אין 1940 האט אויפגעהערט די דינסט אויף דער מעטראפאליטאן ליניע. ווען די יובילי ליניע האט געעפנט אום 1טן מיי 1979 איז די סטאנציע צוזאמען מיטן גאנצן סטאנמאר צווייג אריבער פון דער בעקערלו ליניע צו דער יובילי ליניע.
מעטראפאליטאן באן דינסטן פארן אדורך דער סטאנציע אבער זיי שטעלן זיך אפ זייער זעלטן.
-
צפונדיקער פעראן קוקנדיק אויף דרום
-
דרוםדיקער פעראן קוקנדיק אויף צפון
-
פעראן רונדל
רעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירן
פריערדיקע סטאנציע | לאנדאנער אונטערגרונט | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
קיין סטראטפארד | יובילי ליניע | קיין סטאנמאר |
||
קיין בעקער סטריט אדער אלדגייט | מעטראפאליטאן ליניע קיין סטאבילע דינסט | |||
געוועזענע דינסטן | ||||
קיין עלעפאנט און קאסל | בעקערלו ליניע סטאנמאר צווייג (1939-1979) | קיין סטאנמאר |