וויינוכה אדער ניטלוכה (דייטש: Weihnukka; א לינגוויסטישער צונויפשטעל פון "וויינאכט" און "חנוכה") איז א פאפ קולטור נעאָלאָגיזם וואס באַדייט אַן אויפֿמיש פון די קריסטלעכע ניטל און די יידישע חנוכה.

די אמעריקאנישע דראמא טעלעוויזיע סעריע "די .O.C" האט געמאכט דער טערמין פאפולער. אין די סעריע, דער פיקטיווער כאראקטער סעט כהן מאכט די פֿייַערונג צו מאַניפֿעסטירן דער בילדונג ער האט באקומט אין אן אינטער-רעליגיע הויז מיט א יידישער פֿאָטער און א פראטעסטאנטישע מוטער (אבער די פֿייַערונג קען אויך ווערן אדאפטירט דורך אַבסאָלוט יידישע משפחות וועלכע פֿייַערן ניטל אלס א וועלטלעכע פֿייַערונג). "וויינוכה" איז אויך געפֿייערט אלס אן איראָנישע, אלטערנאטיווע פֿייַערונג, אזא ווי "פעסטיוואוס" פון "סיינפעלד". "USA טודיי" האט די פֿייַערונג געמאָלט אלס "די נייעסטע פאלשע פֿייַערונג וואס געזעלשאפטן ניצן צו מאכן געלט דער סעזאן."