וואטערלו אונטערגרונט סטאנציע
לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע
'וואטערלו (Waterloo) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע פלאצירט אינעם וואטערלו סטאנציע קאמפלעקס וואס שליסט איין סיי די אונטערגרונט סטאנציע און סיי די הויפטליניע וואקזאל. זי איז די דריטע מערסט באשעפטיקסטע סטאנציע אין דער אונטערגרונט נעצווערק, און ווערט באדינט דורך פיר ליניעס: די בעקערלו, וואטערלו און סיטי, יובילי און נארדערן ליניעס.
וואטערלו | |
---|---|
לאקאציע פון וואטערלו אין צענטראל לאנדאן | |
לאקאלער סטאנציע נאמען: | Waterloo |
יאר געעפנט: | 1898 |
בארא: | לאמבעט |
ליניעס אדורך דער סטאנציע: | בעקערלו ליניע וואטערלו און סיטי ליניע יובילי ליניע נארדערן ליניע |
צאל פעראנען: | 8 |
טראוולקארטע זאנע: | זאנע 1 |
צאל פאסאזשירן אין יאר: | 91.49 מיליון (2014) |
די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1 דרום פונעם טעמז, גאנץ נאנט צום לאנדאנער אויג.
היסטאריע
רעדאַקטירןדי ערשטע אונטערגרונט סטאנציע אין וואטערלו האט געעפנט דעם 8טן אויגוסט 1898 אויף דער דעמאלסטיקער וואטערלו און סיטי באן (דעמאלסט אן אפטייל פון דער לאנדאנער און דרום־מערב באן).
גאלעריע
רעדאַקטירן-
יובילי ליניע מערבדיקער פעראן קוקנדיק אויף מזרח
-
נארדערן ליניע צפונדיקער פעראן קוקנדיק אויף דרום
-
בעקערלו ליניע צפונדיקער פעראן קוקנדיק אויף דרום
רעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
וואטערלו אונטערגרונט סטאנציע
פֿריערדיגע סטאנציע | לאנדאנער אונטערגרונט | פֿאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
קיין עלעפאנט און קאסל | בעקערלו ליניע | קיין הארא און ווילדסטאן |
||
סוף-סטאנציע | וואטערלו און סיטי ליניע | סוף-סטאנציע | ||
קיין סטראטפארד | יובילי ליניע | קיין סטאנמאר |
||
נארדערן ליניע טשארינג קראס צווייג |