לאנדאן וואטערלו סטאנציע
(אַריבערגעפֿירט פון וואטערלו באן סטאנציע)
וואטערלו באן סטאנציע איז א הויפט סטאנציע וואס געפינט זיך לעבן דער וואטערלו בריק אין לאנדאן. די סטאנציע איז געעפנט געווארן 11 יולי 1848. די סטאנציע האט 24 פעראנען, מער ווי יעדע אנדער סטאנציע אין דער פאראייניגטן קעניגרייך, און איז אויך די מערסט באשעפטיקטע סטאנציע אין לאנד.
די סטאנציע איז דער לאנדאן טערמינוס פון דער דרום-מערב הויפט באן ליניע. דערווייל ווערן די באנען אפערירט פון דער פירמע דרום-מערב באנען.
ביז דעצעמבער 2007 איז וואטערלו געווען אן אינטערנאציאנאלע סטאנציע באדינט דרוך אייראסטאר.
וואטערלו איז א חשובער טראנספארט צענטער; אחוץ דער הויפט סטאנציע איז פאראן אויך וואטערלו מזרח באן סטאנציע, אן אונטערגרונט סטאנציע און אן אויטאבוס סטאנציע.
וועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
וואטערלו סטאנציע