וואסילי גראסמאן
וואַסילי סעמיאָנאָוויטש גראָסמאַן (רוסיש: Василий Семёнович Гроссман, ייִדישער נאָמען: יוסף ; 12טן דעצעמבער 1905 - 14טן סעפּטעמבער 1964, מאָסקווע) איז געווען א רוסיש־שפּראַכיקער סאָוועטישער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם.
געבורט |
29 נאוועמבער 1905 (יוליאניש) בערדיטשעוו, קיעווער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
14 סעפטעמבער 1964 (אלט 58) מאסקווע, רוסישע סאוועטן פעדעראטיווע סאציאליסטישע רעפובליק, סאוועטן פארבאנד |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד, רוסלאנד |
לערנארט | מאָסקווע שטאַט אוניווערסיטעט |
ביאָגראַפֿיע
רעדאַקטירןגעבוירן אין באַרדיטשעוו (הײַנט אוקרײַנע) אין אַן אַסימילירטער משפּחה. געענדיקט כעמיע־לימודים אין מאָסקווער אוניווערסיטעט אין 1929. געאַרבעט ווי אַן אינזשעניער אין די קוילן־גרובן אין דאַנעצק, אוקרײַנע. גענומען שרײַבן אין 1934.
נאָכן אַרײַנדרינג פֿון די נאַצישע אַרמייען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין יוני 1941, מאָביליזירט געוואָרן אין דער רויטער אַרמיי. באַגלייט די סאָוועטישע כּוחות איבער אוקרײַנע, בעלאַרוס און פּוילן און געשריבן קאָרעספּאָנדענצן וועגן גאַנג פֿון דער מלחמה, צווישן זיי — וועגן דעם ייִדישן חורבן. געווען אין די טויטלאַגערן אין טרעבלינקע און מײַדאַנעק. זײַן עדותשאַפֿט וועגן די נאַצישע מערדערײַען האָט געדינט ווי אַ באַשולדיקונג־דאָקומענט אויפֿן נירנבערגער פּראָצעס. צוזאַמען מיט איליאַ ערענבורג און אַנדערע, צווישן זיי אַבֿרהם סוצקעווער, אײַנגעזאַמלט אַ סך גבית־עדותן פֿון לעבן־געבליבענע און אויף דעם סמך רעדאַגירט דאָס שוואַרצע בוך, די ערשטע דאָקומענטאַציע־זאַמלונג וועגן חורבן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום. דאָס בוך איז נישט דערשינען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דערנאָך אין אַנדערע ערטער.
גראָסמאַן האָט שטאַרק געליטן פֿון די סטאַלין־רדיפֿות. די ביכער וואָס ער האָט געשריבן נאָך 1945 זענען נישט דערשינען אין רוסלאַנד ביז נאָך זײַן טויט.