היזק שאינו ניכר
היזק שאינו ניכר איז אכלל און הלכות נזיקין, אז א היזק וואס איז נישט ניכר אז סאיז געשיין, דארף נישט דער מזיק צאלן אויף דער היזק.
דער גמרא און תלמוד בבלי, מסכת גיטין, דף נג, עמוד א זאגט למשל אז המנסך, א מענטש וואס האט גימאכט יענעמ'ס ויין יין נסך, דארף צאלן נאר במזיד, אבער נישט בשוגג. לויט חזקיה, דער סיבה איז וייל היזק שאינו ניכר הייסט א היזק, נאר בשוגג דארף ער נישט צאלן, כדי ער זאל מודיע זיין דער ניזק אז סאיז געשיין א נסך אדער א טומאה. לויט רבי יוחנן, היזק שאינו ניכר הייסט נישט קיין היזק, און במזיד האט מען עם געקאנסעט.
אויב מען קען זען דעם היזק, למשל אין פירות כלאים וואס זענען צאם געמישט, דארף מען יא צאלן.[1]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ תוספות און תלמוד בבלי, מסכת בבא בתרא, דף ב, עמוד ב.