דרום קאראליינע
|
דרום קאראליינע (ענגליש: South Carolina) איז א שטאַט אין דרום-מזרח פון די פאראייניגטע שטאטן. איר הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז קאלומביע. די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 5,118,425 מענטשן, דעם 24סטער ראנג אין די פאראייניגטע שטאטן. דער לאנד שטח פונעם שטאַט איז פֿאַרהעלטנמעסיק קליין, דער 40סטער גרעסטער.
אנדערע וויכטיגע שטעט דרום קאראליינע זענען טשארלסטאן, גרינוויל, ספארטאבורג, אנדערסאן, סאמטער און פֿלארענס.
צוליב איר נאטירלעכער שיינקייט, קומען אינעם שטאַט אסאך טוריסטן, ספעציעל צו מירטל פלאזשע, טשארלסטאן און הילטאן העד אינזל.
דרום קאראליינע איז געווארן א שטאַט אין 1788. די עקאנאמיע איז געווען באזירט אויף לאנדווירטשאפט, באוואוסט פאר באוול, רייז, אינדעך, און טאביק. נאכן אמעריקאנער ברידערקריג, האט דער שטאט פארלוירן אסאך פון זיין פאליטישע און עקאנאמישע קראַפֿט. אנטקעגן דעם סוף פונעם 20סטן יארהונדערט, האט דער שטאט אנגעהויבן פארשטארקן זיין עקאנאמיע און פארמערן זיין באפעלקערונג. די הויפט אינדוסטריעס היינט זענען טוריזם, טעקסטיל און פאבריקאציע. דרום קאראליינע האט די צווייטע גרעסטע צאָל ארבעטערס באשעפטיגט דורך אינטערנאציאלע פירמעס (לויט דער קאפצאל) אין די פאראייניגטע שטאטן.
דרום קאראליינע איז באגרענעצט צו צפון מיט צפון קאראליינע, צו דרום און מערב מיט זשארזשיע, אריבער דעם סאוואנע טייך, און צו מזרח איז דער אטלאנטישער אקעאן.
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | |
---|---|
אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד |