דזשעדא
שטאָט אין סאודי-אראביע
|
דזשעדאַ (אראביש: جدّة) איז א שטאט אין מערב סאודי אראביע, אויפן בארטן פונעם ים סוף, מיט א באפעלקערונג פון 3.4 מיליאן מענטשן (2007). די שטאט איז געגרינדעט ווי א דארף פון פישער אין דעם 6טן יארהונדערט פאר דער ציילונג.
די שטאט האט א נאמען נאך חוה וואס, לויט דער איסלאמישער מסורה, ליגט דארט. די יידישע מסורה[1] ברענגט אז אדם הראשון און חוה ליגן אין חברון.
צווילינג שטעט
רעדאַקטירןדזשעדא האט 35 צווילינג שטעט:
- לאנדזבערג אויפן דווארט, פּוילן
- לאס אנדזשעלעס, פאַראייניקטע שטאַטן
- אדאנא, טערקיי
- טוניס, טוניסיע
- אלעקסאנדריע, עגיפטן
- אלמאטיע, קאזאכסטאן
- אמאן, יארדאניע
- טאבריז, איראן
- טשיטאגאנג, באנגלאדעש
- באקו, אזערביידזשאן
- קיירא, עגיפטן
- קאזאבלאנקא, מאראקא
- סטאמבול, טערקיי[2]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ מסכת בבא בתרא
- ↑ Burak Sansal (2006-11-20). Sister cities of Istanbul. Greatistanbul.com. דערגרייכט דעם 2011-04-17.