דזשיימס דזשויס
דזשיימס אגאַסטין אַלאאישוס דזשויס (ענגליש: James Augustine Aloysius Joyce; 2טן פעברואר 1882 - 13טן יאנואר 1941) איז געווען אן אירישער ראמניסט און דיכטער.
געבורט |
2 פעברואר 1882 פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד |
---|---|
טויט |
13 יאנואר 1941 (אלט 58) ציריך, שווייץ |
מדינה | אירלאנד |
אונטערשריפט | |
jamesjoyce | |
דזשויס איז געבוירן געווארן אין א מיטלקלאס קאטוילישער פאמיליע אין דובלין, און האט שטודירט ענגליש, פראנצויזיש און איטאליעניש אין אוניווערסיטעט קאלעדזש דובלין. נאכהער האט ער שטודירט מעדיצין אין פאריז. אלס דערוואקסענער מענטש האט ער געוואוינט אין אייראפע. פון 1905 ביז 1920 האט ער געוואוינט אין טריעסט (אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע, שפעטער אין איטאליע), אחוץ די יארן פון דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען ער האט געוואוינט אין ציריך, שווייץ. פון 1920 ביז 1940 האט ער געוואוינט אין פאריז. ווען די נאציס זענען אריין אין פאריז, האט ער זיך געצויגן ווידעראמאל קיין ציריך, וואו ער איז געשטארבן אין 1941 נאך אן אפעראציע.
אלע זיינע ווערק האט דזשויס געשריבן אויף ענגליש, און זיי פאסירן אלע אין זיין געבורטשטאט, דובלין.