דארבישיר
|
דאַרבישיר (ענגליש: Derbyshire) איז א גראפנשאפט אין די מזרח מידלאנדס פון ענגלאנד, דארבישיר גרענעצט גרויס-מאנטשעסטער צו צפון־מערב, מערב יארקשיר צו צפון, דרום יארקשיר צו צפון־מזרח, נאטינגהאמשיר צו מזרח, לעסטערשיר צו דרום־מזרח, און סטאפארדשיר און טשעשיר צו מערב. דארבישיר באדעקט א שטח פון 2,625 קוואדראט ק"מ. די גראפנשאפט שטאט איז מאטלאק. דארבישיר האט א באפעלקערונג פון 1,010,600 (געשאצט 2010).
דער שטח פון דעם צערעמאנישער גראפנשאפט פון דארבישיר נעמט איין די שטאט דארבי, אן אוניטארישע אויטאריטעט, און די נישט-שטאטישע גראפנשאפט, וואס אנטהאלט 30 שטעטלעך מיט א באפעלקערונג צווישן 10,000 און 100,000 איינוואוינער.
וועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
דארבישיר