דאס קרייצן פון די הענט
דאס קרייצן פון די הענט איז אַן אויטאָביאָגראַפישער ראמאן פארפאַסט דורך ראשעל וועפרינסקי און געדרוקט דורך פארלאג י. ל. פרץ אום ה'תשל"ב אין תל אביב.
דער ראמאן באציהט זיך צו איהר ליעבע מיטן באריהמטן דיכטער מאני לייב אין ניו יארק. זייער פארבינדונג איז אויך פאראייביגט געווארן אינעם בוך מאני לייב צו ראשעל וועפרינסקי וועלכע אנטהאלט בריוו געשריבן אין די יאהרן 1918-1953.
געשטאַלטן
רעדאַקטירן- ניעזשינער, דער דיכטער און הויפט העלד
- מרים, די הויפט העלדין
- דוד, מרים'ס מאן
- דינה, מרים'ס טאכטער
- משה, מרים'ס ברודער
- שרהלע, איינע פון ניעזשינער'ס קינדער וועלכע האלט זיך אויף מיט מרים אין די קאנטרי
- הערשעלע קאַליש
- יעקב שאָר
- מעכלע, שאר'ס ווייב
- חנה, ניעזשינער'ס ווייב
אינהאלט
רעדאַקטירןניעזשינער איז א דיכטער און ארבעטער אין א שיך-פאַבריק אין ברוקלין. ער האט איבערגעלאזט א ווייב מיט קינדער, און פיהרט ליעבעס מיט עטלעכע פרויען. זיין שטארקסטע ליעבע איז אבער מיט מרים, א פארהייראטע פרוי מיט א קינד.
אינעם בוך ברעהנגט זי הייסע קינסטלערישע בריוו, וועלכע ניעזשינער האט געשריבן צו מרים ווען זי האט זיך אויפגעהאלטן במשך'ן זומער אין די קאנטרי אויף א פאַרם אין די קעטסקילס.
דער נאמען פונעם בוך איז באזיהרט אויף א ליעבע-ליעד וואס ניעזשינער האט געשריבן. א פאָטאָ-קאַפּיע פונעם מאנוסקריפט ערשיינט אויף זייט פינעף אינעם בוך.
דאס בוך באשטייט פון אכצן קאפיטלען, וועלכע זענען צעטיילט אין קורצע נומעריהרטע אָפּטיילונגען, אין א ס"ה פון 254 זייטן.