דאס ים-מיידעלע (1989 פילם)
דאָס ים-מיידעלע אדער דאָס ים-טעכטערל (ענגליש: The Little Mermaid) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1989 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס. ער איז באזירט אויף דער דענישער מעשה מיטן זעלבן נאמען פון האנס קריסטיאן אנדערסען.
אפיציעלע וועבזייטל |
געשיכטע
רעדאַקטירןדער פילם איז וועגן א ים-מיידל פּרינצעסין מיטן נאמען אַריאל. זי און איר בעסטער פֿריינד, א פֿיש וואס הייסט פֿלאַונדער, פֿאָרשן דעם אָקעאַן און זוכן פֿאַר מענטשלעכע זאַכן. זיי רעדן מיט אַ מעווע מיטן נאמען סקאַטל, וואס מסביר זייַן איבער אַלץ וואס זיי געפֿינען (אבער נישט פּינקטלעך). אַריאל וויל נישט וואוינען אינעם ים און וויל אנשטאט לעבן אויף די טריקעניש, וואו עס זענען דא מענטשן. איין טאג זעט זי אַ שיף פֿון די מענטשן און טרעפֿט מיט אַ פּרינץ מיטן נאמען עריק, און זי ראַטעוועט אים פֿון דערטרינקען ווערן. ווען אַריאל'ס פֿאָטער, קעניג טריטאָן, לערנט אַז זי האט געראַטעוועט אַ מענטש פֿון דערטרינקען ווערן, ער צעשטערט אַלע די זאַכן וואס זי האט געזאַמלט. דערנאָך, צוויי שלאַנגען-פֿיש מיט די נעמען פֿלאָצאַם און דזשעצאַם מעלדן אַריאל וועגן אַ ים-מכשפֿה מיטן נאמען אָרסולאַ. זיי זאגן אַז אָרסולאַ קען רעאַליזירן אירע חלומות. פֿלאָצאַם און דזשעצאַם נעמען אַריאל צו אָרסולאַ'ס נאָרע, אין וועלכער זי האט פֿליסיקע כּישופים. זי נוצט איר כּישוף צו מאַכן אַריאל מענטשלעך פֿאַר פּונקט דריי טעג, אנשטאט איר שטימע. צו בלייבן אַ מענטש דאַרף אַריאל קושן פּרינץ עריק, אַנדערש וועט זי ווערן ווידער אַ ים-מיידל און ווערן שייך צו אָרסולאַ. עריק באַווייַזט אַריאל זיין פּאַלאַץ און העלפֿט זי צופּאַסן זיך. דעם צווייטן טאג, סעבאַסטיאַן דער קרעפּס גרופּירט די אַנדערע בעלי חיים פֿונעם ים און זיי זינגען "קושן דאָס מיידל" מיט די האָפֿענונג אַז עריק זאל קושן אַריאל. דער פּלאַן איז כמעט מצליח זייַן, אבער פֿלאָצאַם און דזשעצאַם מאַכן דאָס שיפֿל זינקען. אָרסולאַ נוצט אַריאל'ס שטימע צו ווערן אַ שיינע מיידל מיטן נאמען וואַנעסע. זי באַכישופֿט עריק צו מאַכן אים פֿאַרגעסן אַריאל. איבער מאָרגן געפֿינען אַלעמען אַז עריק האט אַ חתונה, און אַריאל איז זייער אומעטיק. סקאַטל געפֿינט אַז דאָס מיידל מיט וואס עריק וועל חתונה האָבן איז אָרסולאַ אין אַ מאַסקע. ער וואָרענט אַריאל און מצליח זיין צו האַלט די חתונה. דער מושל וואס אָרסולאַ טראָגט קראַכט און אַריאל'ס שטימע קומט צוריק. זי פּרובירט קושן עריק, אבער דאס איז די זון-אונטערגאַנג און זי ווערט פֿאַרוואַנדלט צוריק אין אַ ים-מיידל. אָרסולאַ אָפֿורירט צו לאָז אַריאל גיין, נאר טריטאָן פֿאַרבייַט זי. טריטאָן מסכּים זייַן און ווערט געמאַכט אַ פֿלאַנץ. מיט הילף פֿון סעבאַסטיאַן און פֿלאַונדער, פּרינץ עריק און אַריאל צעטרעטן אָרסולאַ. אָרסולאַ שטאַרבט און אַלע די פֿלאַנצן ווערן ווידער ים-מיידלעך. לסוף, קעניג טריטאָן רעאַליזירט אַריאל'ס וואונטש, און זי ווערט דערלויבט צו הייראַטן דעם פּרינץ עריק.
דער ארטיקל וועגן א פֿילם טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |
דער ארטיקל וועגן א דיזני טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |