דאן ריקלס
דאַן ריקלס (ענגליש: Don Rickles; 8טן מיי 1926 - 6טן אפריל 2017) איז געווען א אמעריקאנער יודישער אקטיאר און קאמיקער, באוואוסט מיט זיין טשעפּענדן סטיל קאמעדיע, אויך באוואוסט מיט זיין שפּאָטישן צונאָמען מיסטער וואַרעמקייט.
געבורט |
8 מאי 1926 קווינס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
6 אפריל 2017 (אלט 90) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
קבורה ארט | בארג סיני בית עולם |
www | |
קאריערע
רעדאַקטירןער איז געווען גאר פאפולער שוין אין די אנהייב פון טעלעוויזיע שפעט ביינאכט שויס, נאך מיט דזשאני קארסאן און אנדערע גרויסע שטערן. ער איז געווען באפריינדעט מיט אסאך גרויסע שטערנס, ספעציעל מיט פרענק סינאטשרע פון וועמען ער רעדט אסאך און מאכט כסדר חוזק.
די הויכפונקט פון זיין קאריערע איז געווען זיין אויפטריט ביי א פֿארזאַמלונג פון די רעפובליקאנער פארטיי לכבוד פרעזידענט רעיגן, וואס ער האט באקומען א דאנק דער אינטערווענץ פון פֿרענק סינאטרע.
שוין פֿופֿציג יאהר וואס ער טרעט יערליך אויף אין לאס וועגאס.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןריקלס איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין קווינס צו יודישע עלטערן וואס האבן אימיגרירט פון אייראפע.
ער האט געדיענט אין די אמעריקאנער מיליטער ביי דער צווייטער וועלט קריג פאר צוויי יאהר.
ער האט געהייראט בארבארא סקלאר אום י אדר ב תשכ"ה, און האט געהאט מיט איהר א טאכטער מינדי און א זון לערי ביידע ארבעטן אין שוי ביזנעס.
פילמאגראפיע
רעדאַקטירן- פאדזשאמע פארטי (1964)
- די געלט דזשאנגל (1967)
- קעלי'ס היראו'ס (1970)
- די ליבע מאשין (1971)
- מעדיקל צענטער (1976)
- פאנגער (1991)
- אומשולדיגע בלוט (1992)
- צאצקע מעשה (שטימע; 1995)
- קאסינאו (1995)
- שמוציגע ארבעט (1998)
- צאצקע מעשה 2 (שטימע; 1999)
- די כאפ (2005)
- הייס אין קליוולאנד (2007)
- צאצקע מעשה 3 (שטימע; 2010)
- גרויסע ענדע (2016)
אויסצייכענונגען
רעדאַקטירן- האליוואד וואלק אף פעים, 2000
- עמי, 2008
- לעדזשענד אווארד, 2009
- די דזשאני קארסאן אווארד, 2012