ברוך האלבערשטאם (קשאנאוו)

רב אין קשאנאוו

רבי ברוך האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרל"ה - י"א תשרי ה'תרע"ז), רב אין קשאנאוו

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי ברוך'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ה (אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת מישקיט א טאכטער פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר פון דאמבראווא.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי ברוך'ל איז נפטר געווארן י"א תשרי ה'תרע"ז. מרת רעכיל בריינדל איז אומגעקומן אויף קידוש השם י"ד אדר א' ה'תש"ג.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי ברוך'ל האט געהייראט מרת רעכיל בריינדל די טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער צווייטער), רב אין לינסק, א זון פון הרב מנחם מענדל הורוויץ רב אין לינסק, א זון פון הרב אברהם חיים הורוויץ רב אין לינסק. זייערע קינדער:

  • מרת פריידא, די ווייב פון הרב שמואל פאנעט, א זון פון הרב יצחק יחיאל מיכל פון דעעש. זי איז אומגעקומן אין אוישוויץ י"ז סיון ה'תש"ד, מיט אירע טעכטער, יוכבד און מלכה, הי"ד, איר זון ברוך דוד איז אומגעקומן אין אייר ה'תש"ב אין מאטהאזון,הי"ד.
  • מרת מישקיט, די ווייב פון הרב מרדכי פינטער, א זון פון הרב חיים פינטער, רב אין בוקאווסק.
  • מרת מאטיל די ווייב פון הרב אלחנן יוסף הערצמאן פון וויליאמסבורג.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר