מנחם מענדל הורוויץ (לינסק) (א)
רבי מנחם מענדל הורוויץ זצ"ל (ה'תקס"ה - כ"ח טבת ה'תרכ"ב), רב אין לינסק.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי מענדל איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אברהם חיים הורוויץ (דער ערשטער), רב אין לינסק, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון הרב מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב שמואל שמעלקא הורוויץ, רב אין ראמאן און באר אין בוקאווינע, באקאנט אלס רבי שמעלקא בארער, (אן איידעם פון הרב חיים, רב אין טשערנאוויץ דער באר מים חיים), א זון פון הרב מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק.
רבנות
רעדאַקטירןרבי מענדל האט נאך אריינגעכאפט צופארן מיט זיין פאטער צום חוזה פון לובלין.
נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תקצ"א איז געווען פון די שטאט'ס לייט אין לינסק אזעלכע וואס האבן נישט געוואלט אויפנעמען רבי מענדל אלס רב אויף זיין פאטער'ס ארט, ביז דער רבי ר' הערש פון רימאנאוו איז געקומען קיין לינסק און האט באפוילן זיין משמש זאל אויסרופן אז אלע שטאט'ס לייט זאלן קומען צו אים אונטערשרייבן דעם קאנסוס אויף צונעמען רבי מענדל אלס רב. די שטאט'ס לייט זענען זאפארט געקומען, אויסער איין גביר וואס האט זיך געוואגט צו ווידערשפעניגן דעם רבי ר' הערש און געזאגט פאר דעם משמש אז פאר קיין פרייז וועט ער נישט אונטערשרייבן. נאך דעם וואס ער האט צוויי מאהל אנטזאגט דעם משמש, האט דער רבי ר' הערש אים געשיקט זאגן אויב ער וועט נישט אונטערשרייבן, וועט מען נישט דארפן זיין אונטערשריפט, דער פארשוין האט זיך פארט נישט גערירט.
דער רבי ר' הערש האט געזאגט פאר רבי מענדל ער וויל גיין זיך איינטינקען אין מקוה, זיי זענען געגאנגען צום טייך, נאך וואס זיי האבן זיך איינגעטינקען אויף דעם וועג צוריק אין שטאט האט מען זיי שוין געלאזט וויסן אז דער פארשוין האט זיך איבערגעבויגן צו שעפן וואסער פון ברונעם און איז אריינגעפאלן, און דארט אומגעקומען. צומארגנ'ס האט מען אויפגענומען רבי מענדל רבי אין לינסק, אָן קיין שטערונגען.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן כ"ח טבת ה'תרכ"ב [1], און ליגט אין לינסק.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי מנחם מענדל ער האט געהייראט מרת פריידא א טאכטער פון הרב מנחם נחום ענגלארד פון פאשאוו. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי צבי הורוויץ, פון לינסק, ער איז נפטר געווארן נאך ביים פאטער'ס לעבן.
- הרב אברהם חיים הורוויץ, (דער צווייטער) ממלא מקום פון פאטער, רב אין לינסק.
- הרב ישראל הורוויץ, רב אין ווייסליץ.
- מרת בריינדיל די ווייב פון הרב אברהם ישכר בער אביגדור, (ה'תקצ"ב - י"ב אלול ה'תרפ"א), רב אין טערוויע וואלאסק.
- מרת טויבא די ווייב פון הרב אהרן זעליג הורוויץ - ליבערמאן רב אין זאלקאווע
- הרב יעקב הורוויץ ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת גיטל א טאכטער פון זיין פעטער הרב מאיר ענגלארד פון שידלאווצא. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון זיין עלטערן ברודער הרב נפתלי צבי הורוויץ פון קראס. ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- זרעא קדישא
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ זרעא קדישא עמוד קנד - זעט דארט פארשידענע מיינונגען, תרכ"ח, תרכ"ה