רבי בן־ציון האלבערשטאם הי"ד (י' אייר ה'תרל"ד - ד' מנחם אב ה'תש"א) איז געווען דער צווייטער באבאווער רב.

בן-ציון האלבערשטאם
געבורט 1874
בוקאווסק, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 יולי 1941 (אלט 67 בערך)
לעמבערג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט אדמו"ר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
אדמו"ר מבובוב הרב בן-ציון האלבערשטאם דער הקדושת ציון

רבי בן-ציון איז געבוירן אין בוקאווסק י' אייר ה'תרל"ד, צו זיין פאטער הרב שלמה האלבערשטאם, שפעטער רב אין באבוב, א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רבקה הענא א טאכטער פון הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא.

רבי בן-ציון איז געווען דער יונגער רב אין ווישניצא נאך ביים פאטער'ס לעבן. אין יאר ה'תרס"ה נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט רבי בן-ציון איבערגענומען זיין פאטער'ס ארט אין באבאוו. ער האט שטארק אנטוויקעלט די ישיבה אין ווישניצא. ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז רבי בן-ציון אנטלאפן קיין פישטיאן, וויען, און מארינבאד. אין יאר ה'תרע"ט איז ער צוריק געקומן קיין קראקע, דארט האט ער געעפענט די ערשטע עץ חיים ישיבה.אין יאר ה'תרפ"א איז ער אריבער מיט זיין ישיבה קיין באבאוו, פון דארט האט זיך זיין ישיבה שטארק פארצווייגט, ביז דעם צווייטן וועלט קריג האט ער געהאט אומגעפער פופציג ישיבות אין גאליציע. אין יאר ה'תרצ"ב איז רבי בן-ציון אריבער קיין טשעבין.

רבי בן-ציון איז אומגעקומען אויף קידוש השם ד' מנחם אב ה'תש"א, הי"ד.

רבי בן-ציון האט געהייראט בזיווג ראשון מרת תרצה, א טאכטער פון הרב נפתלי הורוויץ פון מעליץ.

אין יאר ה'תרנ"ט האט רבי בן-ציון געהייראט בזיווג שני מרת חיה פראדיל א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם. זי איז נפטר געווארן ט"ז אדר ה'תשל"ד. זייערע קינדער:

זיינע ספרים

רעדאַקטירן
  • ספר קדושת ציון - עה"ת

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
פֿריערדיגער:
רבי שלמה האלבערשטאם
אדמור"י באבאוו
תרס"ה - תש"א
"בנין ציון"
נאָכפֿאלגער:
רבי שלמה האלבערשטאם